דאָנערשטיק, דעם 22סטן יאַנואַר, האָט מען אַרעסטירט שעלדאָן סילווער, וועלכער האָט במשך פֿון אַ סך יאָר געדינט ווי דער ספּיקער פֿון דער ניו־יאָרקער שטאַט־אַסאַמבלעע. די קריטיקער פֿון דער גאַנצער קאָרופּציע־קולטור, וואָס הערשט אין אָלבאַני, די הויפּטשטאָט פֿונעם שטאַט, זענען געווען צופֿרידן מיט דעם, וואָס אַפֿילו אַזאַ מעכטיקער פּאָליטיקער האָט נישט געקאָנט אויסמײַדן דעם כּוח פֿונעם געזעץ.
צום צווייטן מאָל אין די לעצטע 18 חדשים ווערט אין ניו־יאָרק אַרעסטירט אַ מעכטיקער פֿרומער ייִדישער פּאָליטיקער. אין סעפּטעמבער 2013, האָט מען אײַנגעזעצט וויליאַם רעפּפֿאָגעל, וועלכער האָט במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט אָנגעפֿירט מיטן ניו־יאָרקער „מעטראָפּאָליטאַנער ראַט פֿאַר ייִדישער אָרעמשאַפֿט‟. רעפּפֿאָגעל האָט זיך מודה געווען, אַז ער האָט זיך באַטייליקט אין אַ שווינדלערישער מאַכינאַציע, דורך וועלכער ער האָט צוגעגנבֿעט 9 מיליאָן דאָלאַר פֿון אַ חסד־פֿאָנד; איין מיליאָן האָט ער אַרײַנלייגט אין זײַן אייגענער קעשענע. דאָס געריכט האָט אים פֿאַרמישפּט צו 3 און אַ האַלב יאָר תּפֿיסה, און אַ קאָמפּענסאַציע פֿון 3 מיליאָן.
למעשׂה, זענען די צוויי אַרעסטירטע פֿיגורן פֿאַרבונדן. רעפּפֿאָגעלס ווײַב, דזשודי, האָט געדינט ווי סילווערס שטאַב־פֿאַרוואַלטערין. נאָך איר מאַנס אַרעסט, האָט זי געמאָלדן, אַז זי האָט גאָרנישט געוווּסט וועגן זײַנע מאַכינאַציעס, און איז געבליבן אויפֿן פּאָסטן. סילווער און רעפּפֿאָגעל האָט געוווינט אין דער אַלטער באַרימטער „ביאַליסטאָקער שיל‟, וואָס געפֿינט זיך אינעם נידער־מיזרחדיקן טייל פֿון מאַנהעטן, און אָפֿט געזעסן דאָרטן איינער לעבן אַנדערן.
רעפּפֿאָגעלס עלטסטער זון, מײַקל, אַרבעט מיטן הײַזער־בויער בריוס ראַטנער, וועלכן סילווער האָט אינעם יאָר 2006 געהאָלפֿן אויסצומײַדן אַ ריזיקע סומע שטײַערן. די פּראָקוראַטור האָט באַשולדיקט סילווערן אינעם פֿירן קאָרומפּירטע געשעפֿטן מיט אַ געוויסן „ריזיקן‟ בעל־הבית פֿון הײַזער. דערווײַל האָט מען נישט מפֿרסם געווען דעם נאָמען פֿונעם דאָזיקן געשעפֿטסמאַן. בעצם, איז מען חושד, אַז סילווער האָט באַקומען כּמעט 4 מיליאָן דאָלאַר ווי כאַבאַר און פּראָצענטן פֿון די געשעפֿטן, וועלכע ער האָט געשטיצט מיט זײַן פּאָליטישן כּוח. דער עיקר, גייט די רייד וועגן בויערײַ און מעדיצינישע אַנשטאַלטן. כּדי אויסצובאַהאַלטן די אומגעזעצלעכע הכנסה, האָט דער אַרעסטירטער עס פֿאַרשטעלט ווי אַ רווח פֿון אַן אַדוואָקאַט־פֿירמע.
פּריט בהאַראַראַ, דער פּראָקוראָר פֿונעם ניו־יאָרקער דרומדיקן ראַיאָן, האָט באַטאָנט, אַז סילווערס ריזיקער פּערזענלעכער רווח פֿון זײַן קאָרומפּירטער פּאָליטישער קאַריערע איז אַ באַווײַז, אַז צווישן די פּאָליטיקער אין אָלבאַני, אַרײַנגערעכנט די סאַמע העכסטע, הערשט אַ פֿאַרדאָרבענע קולטור פֿון געהיימע כאַבאַר־אָפּמאַכן. דער פּראָקוראָר האָט צוגעגעבן, אַז די דאָזיקע געשעפֿטן האָט דער ספּיקער אַליין געפֿירט מיט אַ „באַזונדערער קלוגשאַפֿט און ציניזם‟.
בסך־הכּל, דראָען דעם 70־יאָריקן סילווער ביז 100 יאָר תּפֿיסה פֿאַר פֿינף באַשולדיקונגען אין שווינדלערײַ. דער אַרעסטירטער האָט געלייקנט זײַן שולד.
סילווער האָט באַקומען פּריזן פֿון אַ ריי ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנס אַן ערן־דאָקטאָראַט פֿונעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט. ער האָט אויך געדינט ווי אַ פֿאַרמיטלער צווישן די ניו־יאָרקער פּאָליטיקער און דער ישׂראלדיקער רעגירונג. נישט צום ערשטן מאָל איז ער פֿאַרמישט אין אַ סקאַנדאַל. אינעם יאָר 2012, האָט ער באַצאָלט מער ווי 100,000 דאָלאַר קאָמפּענסאַציע פֿאַרן דעקן די צווייפֿלהאַפֿטיקע סעקסועלע מעשׂים פֿונעם ברוקלינער פּאָליטיקער וויטאָ לאָפּעז. כּדי אויסצומײַדן אַ געריכט־פּראָצעס קעגן דעם דאָזיקן פּאַרשוין, האָט סילווער זיי שטילערהייט אויסגעצאָלט געלט. שפּעטער אָבער האָט ער באַזײַטיקט לאָפּעז פֿון אַ צאָל פּאָזיציעס.
אינעם יאָר 2001, האָט סילווערס אַ באַאַמטע מיטן נאָמען עליזאַבעט קראָטערס, געטענהט, אַז איינער פֿון זײַן עצה־געבער אין געזעץ־ענינים, מײַקל באָקסלי, האָט זי פֿאַרגוואַלדיקט. סילווער האָט דעמאָלט פֿאַרטיידיקט זײַן באַאַמטן; מיט צוויי יאָר שפּעטער, האָט באָקסלי זיך מודה געווען אינעם פֿאַרגוואַלדיקן אַן אַנדער פֿרוי. אינעם יאָר 2006, האָט סילווער, בשותּפֿות מיט אַנדערע פּאָליטיקער, באַצאָלט אַן אַנדער באַאַמטער 500,000 דאָלאַר. לויט אירע ווערטער, הערשט אין דער אַסאַמבלעע אויך דער „מינהג‟ פֿון סעקסועלער עקספּלואַטאַציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.