די ייִדישע חורבן־מוזעומס אין מעלבורן און אין סידנעי פֿירן אָן מיט הזכּרות אין אָנדענק פֿון 70 יאָר נאָך דער באַפֿרײַונג פֿונעם אױשװיץ־לאַגער אין יאַנואַר 1945. עס װעלן אָנטײלנעמען מיטגלידער פֿון דער שארית־הפּליטה און פּראָפֿעסאָרן פֿון ייִדישע שטודיעס אין בײדע הזכּרות. די אױסטראַלישע רעגירונג שיקט דעם ייִדישן פּאָליטיקער דזשאָש פֿרײַדענבורג, װאָס דינט װי אױסטראַליעס געהילף־קאַסירער, צו זײַן איר פֿאָרשטײער בײַ דער הזכּרה, װאָס װעט פֿאָרקומען אין פּױלן אױפֿן לאַגער־אָרט.
די צײַטונג „סידנעי מאָרנינג העראָלד” האָט אײַנגעפֿירט נײַע, שטרענגערע ריכטליניעס פֿאַר אירע פּאָליטישע קאַריקאַטורן. אײנע פֿון די קאַריקאַטורן, װעלכע די צײַטונג האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין 2014 איז באַצײכנט געװאָרן פֿֿונעם עקזעקוטיװ־ראַט פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום װי אַנטיסעמיטיש. זי האָט געװיזן אַן אַלטן מאַן, װאָס טראָגט אַ יאַרמלקע אױפֿן קאָפּ און װאָס האָט אַ גרױסע נאָז. ער זיצט אין אַ פֿאָטערשטול, װאָס איז באַצירט מיט אַ מגן־דוד און באָמבאַרדירט עזה, באַנוצנדיק זיך מיט אַן עלעקטראָנישן קװעטשער. דער פּרעסע־ראַט פֿון אױסטראַליע האָט איצט געמישפּט, אַז די קאַריקאַטור האָט פֿאַרבונדן די ייִדישע רעליגיע מיט די באָמבאַרדירונגען, און אַז דאָס װאָלט, װאַרשײַנלעך, באַלײדיקט פֿיל לײענער מער װי עס פֿאָדערט זיך פֿאַרן װױלזײַן פֿון דער באַפֿעלקערונג בכלל. דערפֿאַר האַלט ער, אַז די קאַריקאַטור שטימט נישט מיט זײַנע ריכטליניעס פֿאַר פּאָליטישע קאַריקאַטורן. דער רעדאַקטאָר האָט זיך אַנטשולדיקט פֿאַר דער קאַריקאַטור אין אױגוסט 2014. ער זאָגט, אַז פֿון איצט אָן און װײַטער װעלן נאָר ער און דער נײַעס רעדאַקטאָר מעגן באַשטימען, װעלכע קאַריקאַטורן װעלן זײַן פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער צײַטונג. ער האָט אױך געמאָלדן, אַז די צײַטונג װעט מיטאַרבעטן מיט דער לאָקאַלער קהילה אין דער שטאַט ניו־סאַוט װײלס, אײַנצופֿירן אַ צװײ־שעהיקן רעפֿעראַט װעגן דעם אַנטיסעמיטיזם, מיט צײַט צו שטעלן פֿראַגעס. אַזאַ סעסיע איז שױן פֿאָרגעקומען אין 2014. די ערשטע שעה פֿאַרנעמט מען זיך מיט דער געשיכטע פֿונעם אַנטיסעמיטיזם און דער ראָלע פֿון דער מעדיאַ. דערנאָך קומט פֿאָר אַ דיסקוסיע װעגן פֿאַרשײדענע אױסטײַטשונגען פֿון מאַטעריאַלן צװישן די פֿאָרשטײער פֿון דער ייִדישער קהילה און די הױפּט־רעדאַקטאָרן פֿון דער צײַטונג.
די איטאַליענישע ייִדישע טעניס־שפּילערין קאַמילע גיאָרגי האָט אומדערװאַרט געװוּנען אירע דרײַ שפּילן קעגן דער פֿרױ װאָס שטײט אױפֿן 12טן אָרט אין דער װעלט פֿון טעניס בײַם אױסטראַלישן אינטערנאַציאָנאַלן טעניס־פֿאַרמעסט אין מעלבורן. דער ישׂראלדיקער שפּילער דודי סעלע האָט געװוּנען זײַנע פֿינף שפּילן קעגן אַ דײַטשן קאָנקורענט.
448 ייִדישע יוגנטלעכע האָבן אָנטײלגענומען אינעם „מכּבי” ספּאָרט־פֿאַרמעסט פֿאַר יוגנטלעכע, װאָס איז ערשט פֿאָרגעקומען אין מעלבורן. 800 האָבן אָנטײלגענומען אינעם מעלבורנער קאַרנאַװאַל װאָס איז פֿאָרגעקומען אין 2011 און העכער 1,100 האָבן אָנטײלגענומען אינעם קאַרנאַװאַל, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין 2007. די אָרגאַניזאַטאָרן באַטראַכטן נײַע מעגלעכקײטן פֿאַר צוקונפֿטיקע ספּאָרט־קאַרנאַװאַלן.
טים פֿישער, דער געװעזענער געהילף־פּרעמיער-מיניסטער פֿון אױסטראַליע, פֿירט אָן מיט אַ קאַמפּאַניע, װאָס פֿאָדערט, אַז דער אױסטראַלישער גענעראַל, סער דזשאָן מאָנאַש, װאָס האָט אָנגעפֿירט מיט דער אױסטראַלישער אַרמײ במשך פֿון דער צװײטער העלפֿט פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה, זאָל באַשטימט װערן װי אַ פֿעלדמאַרשאַל. פֿישער האַלט, אַז מאָנאַש איז נישט געװאָרן אַ פֿעלד־מאַרשאַל בײַם סוף פֿון דער מלחמה, װײַל דער דעמאָלטיקער פּרעמיער־מיניסטער פֿון אױסטראַליע האָט נישט געהאַלטן פֿון ייִדן, און אױך װײַל די אױסטראַלישע באַפֿעלקערונג האָט נישט געװוּסט גענוג װעגן מאָנאַשס אױפֿטוען במשך פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה. פֿישער האָט לעצטנס אַרױסגעגעבן אַ נײַ בוך װעגן דעם לעבן און די אױפֿטוען פֿון סער דזשאָן מאָנאַש, װאָס הײסט, „מײַסטראָ דזשאָן מאָנאַש”.
אײנער פֿון די 6 יונגע אַנטיסעמיטן, װעלכע זײַנען באַפֿאַלן די ייִדישע תּלמידים און תּלמידות אין אַ שטאַטישער אױטאָבוס אין סידנעי, אין אױגוסט 2014, האָט זיך באַקענט מיט אײנעם פֿון די שארית־הפּליטה, װען ער האָט באַזוכט דעם סידנעיער חוררבן־מוזעום, באַגלײט פֿון זײַנע עלטערן. דער קהילה־פֿאָרשטײער זאָגט, אַז דער בחור האָט אָנטײלגענומען אין דיסקוסיעס און איז געװען זײער גערירט פֿון דער איבערלעבונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.