ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published January 26, 2015, issue of February 23, 2015.

אין אָנדענק פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון אױשװיץ

די ייִדישע חורבן־מוזעומס אין מעלבורן און אין סידנעי פֿירן אָן מיט הזכּרות אין אָנדענק פֿון 70 יאָר נאָך דער באַפֿרײַונג פֿונעם אױשװיץ־לאַגער אין יאַנואַר 1945. עס װעלן אָנטײלנעמען מיטגלידער פֿון דער שארית־הפּליטה און פּראָפֿעסאָרן פֿון ייִדישע שטודיעס אין בײדע הזכּרות. די אױסטראַלישע רעגירונג שיקט דעם ייִדישן פּאָליטיקער דזשאָש פֿרײַדענבורג, װאָס דינט װי אױסטראַליעס געהילף־קאַסירער, צו זײַן איר פֿאָרשטײער בײַ דער הזכּרה, װאָס װעט פֿאָרקומען אין פּױלן אױפֿן לאַגער־אָרט.

נײַע ריכטליניעס פֿאַר פּאָליטישע קאַריקאַטורן

די אַנטיסעמיטישע קאַראַקאַטור פֿון גלען לע ליעוורע, אין דער „סידניי מאָרנינג העראָלד‟
די אַנטיסעמיטישע קאַראַקאַטור פֿון גלען לע ליעוורע, אין דער „סידניי מאָרנינג העראָלד‟

די צײַטונג „סידנעי מאָרנינג העראָלד” האָט אײַנגעפֿירט נײַע, שטרענגערע ריכטליניעס פֿאַר אירע פּאָליטישע קאַריקאַטורן. אײנע פֿון די קאַריקאַטורן, װעלכע די צײַטונג האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין 2014 איז באַצײכנט געװאָרן פֿֿונעם עקזעקוטיװ־ראַט פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום װי אַנטיסעמיטיש. זי האָט געװיזן אַן אַלטן מאַן, װאָס טראָגט אַ יאַרמלקע אױפֿן קאָפּ און װאָס האָט אַ גרױסע נאָז. ער זיצט אין אַ פֿאָטערשטול, װאָס איז באַצירט מיט אַ מגן־דוד און באָמבאַרדירט עזה, באַנוצנדיק זיך מיט אַן עלעקטראָנישן קװעטשער. דער פּרעסע־ראַט פֿון אױסטראַליע האָט איצט געמישפּט, אַז די קאַריקאַטור האָט פֿאַרבונדן די ייִדישע רעליגיע מיט די באָמבאַרדירונגען, און אַז דאָס װאָלט, װאַרשײַנלעך, באַלײדיקט פֿיל לײענער מער װי עס פֿאָדערט זיך פֿאַרן װױלזײַן פֿון דער באַפֿעלקערונג בכלל. דערפֿאַר האַלט ער, אַז די קאַריקאַטור שטימט נישט מיט זײַנע ריכטליניעס פֿאַר פּאָליטישע קאַריקאַטורן. דער רעדאַקטאָר האָט זיך אַנטשולדיקט פֿאַר דער קאַריקאַטור אין אױגוסט 2014. ער זאָגט, אַז פֿון איצט אָן און װײַטער װעלן נאָר ער און דער נײַעס רעדאַקטאָר מעגן באַשטימען, װעלכע קאַריקאַטורן װעלן זײַן פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער צײַטונג. ער האָט אױך געמאָלדן, אַז די צײַטונג װעט מיטאַרבעטן מיט דער לאָקאַלער קהילה אין דער שטאַט ניו־סאַוט װײלס, אײַנצופֿירן אַ צװײ־שעהיקן רעפֿעראַט װעגן דעם אַנטיסעמיטיזם, מיט צײַט צו שטעלן פֿראַגעס. אַזאַ סעסיע איז שױן פֿאָרגעקומען אין 2014. די ערשטע שעה פֿאַרנעמט מען זיך מיט דער געשיכטע פֿונעם אַנטיסעמיטיזם און דער ראָלע פֿון דער מעדיאַ. דערנאָך קומט פֿאָר אַ דיסקוסיע װעגן פֿאַרשײדענע אױסטײַטשונגען פֿון מאַטעריאַלן צװישן די פֿאָרשטײער פֿון דער ייִדישער קהילה און די הױפּט־רעדאַקטאָרן פֿון דער צײַטונג.

ייִדישע שפּילערין געװינט בײַם אױסטראַלישן טעניס־פֿאַרמעסט

די איטאַליענישע ייִדישע טעניס־שפּילערין קאַמילע גיאָרגי האָט אומדערװאַרט געװוּנען אירע דרײַ שפּילן קעגן דער פֿרױ װאָס שטײט אױפֿן 12טן אָרט אין דער װעלט פֿון טעניס בײַם אױסטראַלישן אינטערנאַציאָנאַלן טעניס־פֿאַרמעסט אין מעלבורן. דער ישׂראלדיקער שפּילער דודי סעלע האָט געװוּנען זײַנע פֿינף שפּילן קעגן אַ דײַטשן קאָנקורענט.