מיר האָט זיך תּמיד געדאַכט, אַז פּוילן האָט גאַנץ גוטע אוניווערסיטעטן. אַזאַ מיינונג שטאַמט פֿון דער דערפֿאַרונג, וועלכע איך האָב פֿון מײַן מיטאַרבעט מיט פּוילישע סטודענטן און קאָלעגן. אָבער איצט מוז איך, אַ פּנים, אַ ביסל בײַטן מײַן אָפּשאַצונג פֿון פּוילישער בילדונג. פֿאַרבונדן איז עס מיט דער אַנומלטיקער סקאַנדאַליעזער, עם־האָרצישער אַרויסזאָגונג פֿון דעם איצטיקן אויסערן־מיניסטער פֿון פּוילן, גזשעגאָרזש סכעטינאַ; ער האָט געזאָגט, אַז דעם קאָנצענטאַציע־לאַגער אוישוויץ האָבן באַפֿרײַט די אוקראַיִנער.
גענומען האָט עס דער מיניסטער פֿונעם פֿאַקט, אַז אוישוויץ איז באַפֿרײַט געוואָרן מצד דעם ערשטן אוקראַיִנישן פֿראָנט (מיטן וואָרט „פֿראָנט‟ פֿלעגט מען באַשרײַבן אַ גרופּע אַרמייען) פֿון דער רויטער אַרמיי. ס’איז גוט באַוווּסט, אַז דער דאָזיקער פֿראָנט איז געווען אַן אוקראַיִנישער ניט צוליב דער עטנישער אָנגעהעריקייט פֿון זײַנע מיליטערלײַט. די פֿראָנטן האָבן געטראָגן געאָגראַפֿישע נעמען: סטאַלינגראַדער, וואָראָניעזשער, לענינגראַדער, אוקראַיִנישער… דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס דער מיניסטער סכעטינאַ איז אויסגעשולט געוואָרן אינעם אוניווערסיטעט ווי אַ היסטאָריקער.
מיט אָט דער נאַרישקייט האָט ער געגעבן אַמוניציע דעם רוסישן צד. דאָרטן גייט איצט אַלץ כאָדאָראָם. איין קלייניקייט! מע רעווידירט די געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה! מע וויל דערנידעריקן רוסלאַנד! און אַזוי ווײַטער. דערצו האָט וולאַדימיר פּוטין זיך געשטעלט אין אַ פּאָזע פֿון אַ באַליידיקטן פֿירער, און פֿאַרבונדן איז עס מיט דעם, וואָס מע האָט אים ניט גערופֿן צו דער צערעמאָניע, וואָס מערקט אָפּ דעם 70סטן יאָרטאָג פֿון דער אוישוויץ־באַפֿרײַונג.
אמת, ער האָט זיך געגעבן אַ קניפּ אין באַק, די פֿאַרב זאָל שטיין — אָפֿיציעל טענהט מען, אַז ער איז געוואַלדיק פֿאַרנומען און קען אין ערגעץ ניט פֿאָרן; און דער פּוילישער צד טענהט, אַז מ‘האָט בכלל קיינעם ניט אײַנגעלאַדן; אַז יעדער קען פּשוט קומען. גלײַכצײַטיק, האָט די פּוילישע רעגירונג יאָ פֿאַרבעטן דעם פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע פּעטראָ פּאָראָשענקאָ. אַ סבֿרא, אַז מע האָט צעשיקט אײַנלאַדונג־קאַרטלעך, אָבער זייער צאָל איז געווען אַ באַגרענעצטע.
הקיצור, ס’איז קלאָר, אַז פּוטין איז ניט קיין אָנגעלייגטער גאַסט. מע האָט אים עס קלאָר געוויזן אין נאָוועמבער 2014 אין אויסטראַליע, ווען ער איז געקומען אַהין אויף דער אַסיפֿה פֿון די 20 פֿירנדיקע לענדער; אַזוי קלאָר האָט מען אים עס געוויזן, אַז ער איז אַוועקגעפֿאָרן פֿריִער, ניט געוואָלט מער אַרײַנשלינגען די באַליידיקונג. די זיבן פֿירנדיקע לענדער האָבן נאָך פֿריִער באַשלאָסן, אַז זיי ווילן ניט זיצן מיט אים בײַ איין טיש.
און ווי אַזוי קען מען טאַקע האָבן צו טאָן מיט אַ מענטש, וואָס האַלט אין איין זאָגן ליגנס? ליגנערײַ איז בכלל הײַנט געוואָרן אַן אָרגאַנישער טייל פֿונעם רוסישן לעבן. פּוטין לײַגט, די רעגירונג לײַגט, די מעדיאַ לײַגט. און דער גרעסטער טייל פֿונעם עולם גלייבט אין דעם. מע גלייבט, אַ שטייגער, אַז אוקראַיִנע איז גאָר ניט אומאַפּהענגיק, אַז ס’איז אַ ליאַלקע אין די הענט פֿון די וואַשינגטאָנער פּאָליטיקער. מע גלייבט, אַז רוסלאַנד פֿילט אויס אַ הייליק שליחות, העלפֿנדיק די העראָיִשע קעמפֿער צו פֿאַרטיידיקן מיזרח־אוקראַיִנע פֿון די „אוקראַיִנישע פֿאַשיסטן‟, און אַזוי ווײַטער.
דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק האָב איך געקוקט אויף דעם רוסישן טעלעוויזיע־קאַנאַל „ען־טע־ווע‟. די פּראָגראַם, וואָס הייסט „די רשימה פֿון נאָרקינען‟. פֿירן פֿירט עס דער זשורנאַליסט אַנדריי נאָרקין, וועמען אַ סך מענטשן האַלטן פֿאַר אַ ייִד. איך הייב ניט אָן צו וויסן, צי ער איז טאַקע אַ ייִד — אַ צאָל פּאָפּולערע רוסישע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען ווערן אָנגעפֿירט פֿון ייִדן. דער עיקר איז, אַז די טעמע איז געווען פֿאַרבונדן מיטן חורבן־טאָג און מיט אַזעלכע אַרויסזאָגונגען, ווי פֿון דעם פּוילישן אויסערן־מיניסטער. מע האָט אויך ניט פֿאַרגעסן צו דערמאָנען, ווי באַראַק אָבאַמאַ האָט אין מײַ 2008 אַ זאָג געטאָן, אַז זײַן פֿעטער האָט זיך באַטייליקט אין דער באַפֿרײַונג פֿון אוישוויץ, כאָטש אין דער רעאַלקייט האָט די דיוויזיע, אין וועלכער עס האָט געדינט אָבאַמאַס פֿעטער, באַפֿרײַט אַן אַנדער קאָנצענטראַציע־לאַגער — בוכענוואַלד.
רוסלאַנד איז הײַנט אַ לאַנד, וואָס האָט ניט קיין אידעאָלאָגיע, געצילט אין דער צוקונפֿט. פּוטיניזם איז דאָך, אין תּוך אַרײַן, געצילט אין דער פֿאַרגאַנגענהייט. ניט צופֿעליק ווײַזן די פֿרישע אויספֿרעגן, אַז מער ווי אַ העלפֿט רוסן האַלטן אַ וועלט פֿון סטאַלינען. דער נצחון איבער דײַטשלאַנד איז פֿון אַ ביז גאָר וויכטיקע היסטאָרישע געשעעניש, אויסגעוואַקסן אין רוסלאַנד אין אַ מין רעליגיעזן סימבאָל. וועגן דעם האָבן גערעדט אַנדריי נאָרקינס געסט. דערפֿאַר האָט מען אַזוי שאַרף אויפֿגענומען די אַרויסזאָגונג פֿון דעם פּוילישן מיניסטער און דעם שפּײַ אין פּנים, וואָס פּוטין האָט באַקומען אין שײַכות מיט דער צערעמאָניע אין אוישוויץ.
איז עס ריכטיק, וואָס דער רוסישער פּרעזידענט וועט ניט זײַן בעת דער צערעמאָניע? איך מיין, אַז ער האָט כּשר פֿאַרדינט אַזאַ באַליידיקונג. זײַן עקספּאַנסיאָניסטישע פּאָליטיק האָט שוין אָפּגעקאָסט זייער טײַער ניט נאָר די טויזנטער מענטשן, וואָס זײַנען אומגעקומען אָדער פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אין אוקראַיִנע; עס קאָסט זייער טײַער די מיליאָנען מענטשן, וואָס שמאַכטן אַזוי אָדער אַנדערש צוליב זײַנע ווילדע פּלענער. אַזאַ פּאַרשוין — אַ פֿאַרברעכער — טאָר מען ניט האָבן ווי אַ גאַסט אין אַזאַ טאָג און אין אַזאַ אָרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.