דער חורבן בלײַבט נאָך אַלץ אַ סכּנה

Danger of a New Holocaust?


פֿון איתן פֿינקעלשטיין

Published January 26, 2015, issue of February 23, 2015.

בײַנאַכט, צווישן דעם 26סטן און 27סטן יאַנואַר פֿונעם יאָר 1945, איז די סאָוועטישע אַרמיי בראָש מיטן גענעראַל וואַסילי פּעטרענקאָ אַרײַן אינעם נאַצי־לאַגער אוישוויץ — אַ קליין אָרט אויף אונדזער גרויסן פּלאַנעט מיט אַ שטח פֿון בלויז 500 העקטאַר, וווּ עס זענען פֿאַרטיליקט געוואָרן 1,100 טויזנט ייִדן, 140 טויזנט פּאָליאַקן, 22 טויזנט ציגײַנער, 12 טויזנט רוסן און 25 טויזנט פֿאָרשטייער פֿון אַנדערע פֿעלקער. אַוודאי, האָבן די סאַוועטישע סאָלדאַטן דעמאָלט נישט געוווּסט, אַז זיי האָבן באַפֿרײַט דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער, וואָס זײַן עצם־נאָמען איז שפּעטער געוואָרן אַ סימבאָל פֿון נאַצי־פֿאַרברעכנס בכלל, און פֿונעם ייִדישן חורבן בפֿרט. ווייניק מענטשן אין דער וועלט האָבן דעמאָלט זיך משער געווען דעם פֿאַרנעם פֿון דער נאַצי־רציחה אין אויסשוויץ.

עס זענען פֿאַרגאַנגען צענדליקער יאָר נאָך דער מלחמה. אינעם באַוווּסטזײַן פֿון מיליאָנען מענטשן אין אייראָפּע און אַרום דער וועלט איז אײַנגעוואָרצלט געוואָרן, אַז דער חורבן איז געווען דאָס שוידערלעכסטע פֿאַרברעכן אין דער מענטשלעכער געשיכטע. די גענעראַל־אַסאַמבלעע בײַ דער „יו־ען‟ האָט דערקלערט דעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון חורבן־הזכּרה; צום ערשטן מאָל, האָט מען די דאָזיקע דאַטע אָפּגעמערקט דעם 27סטן יאַנואַר 2005 — מיט 60 יאָר נאָך דעם טאָג, ווען מע האָט באַפֿרײַט דעם „עיקרדיקן‟ נאַציסטישן טויט־לאַגער.

דעמאָלט, מיט 10 יאָר צוריק, זענען אַ ריי אייראָפּעיִשע פּרעזידענטן, פּרעמיער־מיניסטאָרן און אַנדערע הויכראַנגיקע מלוכה־פֿאָרשטייער אויפֿגעטראָטן מיט פֿלאַמיקע רעדעס, פֿאַרדאַמענדיק די נאַציס און צוזאָגנדיק קיינמאָל מער נישט צו דערלאָזן אַזאַ רציחה. זינט דעמאָלט, האָט די געאָגראַפֿיע פֿון די הזכּרה־צערעמאָניעס געהאַלטן אין איין זיך פֿאַרברייטערן פֿון יאָר צו יאָר. אין אַ סך אייראָפּעיִשע שטעט האָט מען אָפֿיציעל אָנגענומען די דאַטע. אַחוץ דעם, האָט מען אין אַ ריי לענדער פֿאַררעכנט די חורבן־אָפּלייקענונג ווי אַן ערנסטן פֿאַרברעכן; אין די עפֿנטלעכע שולן האָט מען אײַנגעפֿירט חורבן־שטודיעס; אַלץ מער קרבנות פֿונעם חורבן און זייער יורשים האָבן באַקומען אַ קאָמפּענסאַציע.

אַ צאָל כוליגאַנען באַגייען פֿון צײַט צו צײַט אַנטיסעמיטישע פֿאַרברעכנס, און געוויסע יחידים לייקענען אָפּ דעם חורבן, כּלומרשט ווי אַ רעזולטאַט פֿון זייערע היסטאָרישע „פֿאָרשונגען‟. ווי אַ סיסטעמאַטישע צרה, איז אָבער אַנטיסעמיטיזם בטל געוואָרן דווקא צוליב דעם, וואָס די וועלט האָט זיך באַקענט מיט דער שוידערלעכער געשיכטע פֿונעם חורבן.

פֿונדעסטוועגן, האָט זיך לעצטנס באַוויזן אַ נײַע גלאָבאַלע און סיסטעמאַטישע פֿאָרעם פֿון אַנטיסעמיטיזם. אַדרבה, כּמעט אין אַלע אייראָפּעיִשע לענדער, ווי אויך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע און אויסטראַליע טרעפֿן זיך פּאַרשוינען, וואָס פֿאַרשטעלן זייער שׂינאה צו ייִדן ווי „אַנטי־ציוניזם‟ און פּראָ־פּאַלעסטינער טעטיקייט. די נײַע פֿאָרעמס פֿון אַנטיסעמיטיזם זענען פֿאַרשפּרייט אין די אַראַבישע קוואַרטאַלן פֿון פּאַריז, לאָנדאָן און בערלין, טרעפֿן זיך צווישן די סטודענטן און פּראָפֿעסאָרן פֿון אוניווערסיטעטן, צווישן רעכטע און לינקע אַקטיוויסטן.

איז עס טאַקע באַרעכטיקט צו פֿאַרגלײַכן דעם הײַנטיקן מצבֿ צו די 1920ער און 1930ער יאָרן, ווען די שטײַגנדיקע אַנטיסעמיטישע שטימונגען האָבן געבראַכט צום טויט 6 מיליאָן ייִדן? אין דעצעמבער, האָט די שוועדישע רעגירונג אָנערקענט פּאַלעסטינע ווי אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה, הגם „כאַמאַס‟, וועלכער האָט געשלאָסן אַן אַליאַנץ מיט דער „אָרגאַניזאַציע פֿון פּאַלעסטינער באַפֿרײַונג‟, שטעלט אָפֿיציעל דעם ציל צו צעשטערן ישׂראל. אַ סך אַנטיסעמיטן זאָרגן זיך נישט וועגן די פּאַלעסטינער, נאָר האָפֿן זיי אויסצונוצן ווי אַ פּלאַצדאַרם פֿאַר אַנטיסעמיטישע אַטאַקן.

אין אַ ריי אייראָפּעיִשע לענדער איגנאָרירט מען דעם אויפֿשטײַג פֿון אַנטיסעמיטיזם און מיליטאַנטישן איסלאַמיזם, הגם, ווי עס האָבן געוויזן די אַטאַקן אויפֿן פּאַריזער זשורנאַל „שאַרלי העבדאָ‟, שטעלן די דאָזיקע עלעמענטן מיט זיך פֿאָר אַן ערנסטע סכּנה.

מע קאָן נאָך פֿאַרשטיין, ווען געוויסע עם־הארצישע סטודענטן אין אַמעריקע, וואָס באַטייליקן זיך אין דער אַנטי־ישׂראלדיקער טעטיקייט, איזדיעקעווען זיך איבער ייִדן; אַזעלכע פּאַרשוינען ווייסן נישט אַפֿילו, וווּ מדינת־ישׂראל געפֿינט זיך אויף דער מאַפּע. אַ טייל ערנסטע אַקאַדעמישע קריטיקער פֿון ישׂראל זענען אָבער אויך אָנגעשטעקט געוואָרן מיטן „ווירוס‟ פֿון בפֿירושן אַנטיסעמיטיזם. עס באַקומט זיך, אַז הגם הײַיאָר פּראַוועט די וועלט דעם 70סטן יאָרטאָג פֿון אוישוויץ־באַפֿרײַונג, טאָר מען נישט פֿאַרגעסן, אַז אַנטיסעמיטיזם בלײַבט נאָך אַלץ אַן ערנסטע סכּנה.