דאָס זענען געווען די צוויי משונהדיקסטע מעת־לעתן פֿון מײַן לעבן.
געשען איז עס בשעת איך האָב געהאַלטן אין מיטן שרײַבן אַן אַרטיקל וועגן די באַשולדיקונגען מצד דעם פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַן קעגן דער פּרעזידענטין קריסטינע פֿערנאַנדעז, איר (ייִדישן) אויסערן־מיניסטער העקטאָר טימערמאַן, צוויי פּראָ־איראַנישע „געזעלשאַפֿטלעכע אַקטיוויסטן‟ און דעם פּאַרלאַמענט־דעפּוטאַט אַנדרעס לאַראָק. פּלוצלינג האָט מײַן פּריוואַטער נײַעס־קוואַל מיר אָנגעזאָגט די עקסקלוסיווע מעלדונג, אַז ניסמאַן איז דערשאָסן געוואָרן אין זײַן שטוב.
איך האָב געגלייבט מײַן קוואַל, ווײַל איך ווייס ווי פֿאָרזיכטיק ער איז. זײַן נאָמען וועל איך קיין מאָל נישט פֿאַרעפֿנטלעכן. צוויי זאַכן זענען מיר דעמאָלט אײַנגעפֿאַלן: ערשטנס, אַז מײַן קוואַל זאָל נישט זײַן אין אַ סכּנה, און צווייטנס, אַז דער פּובליקום האָט רעכט צו וויסן וואָס ס׳איז געשען.
אַוודאי, איז „טוויטער‟ געווען דער גיכסטער מיטל צו פֿאַרשפּרייטן די ידיעה. איבערנאַכט איז די צאָל פֿון מײַנע לייענער — 420 — געשטיגן ביז 10,000. זשורנאַליסטן האָבן זיך געהאַלטן אין איין פֿאַרבינדן מיט מיר, כּדי צו הערן די נײַעס דירעקט פֿון מיר.
„דו האָסט פּובליקירט די וויכטיקסטע נײַעס אין צענדליקער יאָרן,‟ האָבן אַ סך מענטשן געזאָגט. „ביסט אין גאַנצן משוגע,‟ האָבן אַנדערע געזאָגט. יעדער האָט אָבער פֿאַרשטאַנען, אַז דער מצבֿ איז ערנסטער.
די ווײַטערדיקע פּאָר טעג האָט די רעגירונג געפּרוּווט פֿאַרשפּרייטן אַן „אָפֿיציעלן‟ באַריכט, אַז ניסמאַן האָט זיך גענומען דאָס לעבן, און דערנאָך — אַז ס׳איז געווען אַ מיסטעריעזער מאָרד. אַוודאי, זענען זיי געווען גאָט די נשמה שולדיק.
פֿרײַטיק בין איך געזעסן אינעם נײַעס־צימער פֿון דער „בוענאָס־אײַרעס העראַלד‟, ווען אַ קאָלעגע פֿון דער „בי־בי־סי‟ האָט מיר געהייסן איבערלייענען דעם באַריכט, וואָס די מלוכישע נײַעס־אַגענטור האָט פֿאַרשפּרייט; ס׳איז געווען פֿול מיט טיפּאָגראַפֿ ישע גרײַזן, אָבער נאָך ערגער — די אַגענטור האָט ציטירט מײַנס אַ כּלומרשטדיקן „טוויט‟, וואָס איך האָב קיין מאָל נישט אָנגעשריבן.
כ׳בין געוואָרן שטאַרק אין כּעס, אָבער דערנאָך האָב איך זיך געכאַפּט, אַז דאָס איז געווען אַ מין שיפֿרירטער אָנזאָג. „אַנטלויף פֿון דאַנען, פֿאָר צו ׳רעטיראָ׳ [די צענטראַלע אויטאָבוס־סטאַנציע אין בוענאָס־אײַרעס], און באַזוך מיך. דו מוזסט פֿאַרלאָזן די שטאָט.‟ ס׳איז דעמאָלט געווען אַרום 8:30 אין אָוונט.
דאָס מזל האָט מיר צוגעשפּילט: ווי נאָר כ׳בין אָנגעקומען, איז דער אויטאָבוס שוין געווען גרייט אָפּצופֿאָרן. נאָך עטלעכע שעה בין איך אָנגעקומען אין „רעטיראָ‟, וווּ כ׳בין געבליבן אַ קורצע צײַט. דאָס איז אָבער געווען אַ טעות. ערשט שפּעטער האָב איך זיך דערוווּסט, אַז מע האָט מיך דעמאָלט אָנגעהויבן נאָכגיין. מײַן פֿרײַנד האָט מיט מיר קאָנטאַקטירט, זאָגנדיק: „כ׳וועל דאָרט זײַן אין 20 מינוט אַרום.‟ צוויי שעה שפּעטער בין איך נאָך אַלץ געזעסן אין דער סטאַנציע, ווען ס׳איז אַרײַנגעקומען אַ מאָדנער פּאַרשוין מיט דזשינס־הויזן, אַ דזשינס־רעקל און טונקעלע זונברילן, און זיך אַוועקגעזעצט עטלעכע טישן פֿון מיר. כ׳האָב אים גלײַך באַמערקט, אָבער געבליבן אויפֿן אָרט.
מיט אַ מאָל האָב איך דערפֿילט עפּעס בײַ מיר אויף דער פּאַטילניצע, ווי מע וואָלט צוגעשטעלט אַ רעוואָלווער. כ׳בין אַ דערשראָקענער אויפֿגעשפּרונגען. „באַרויִק זיך!‟ — האָט מײַן פֿרײַנד געזאָגט מיט אַ שמייכל. „מע קוקט דיר נאָך. האָסט נישט באַמערקט דעם אויסשפּיר־אַגענט לעבן דיר?‟
„דער מיט די דזשינס און זונברילן?‟
„יאָ. בלײַב רויִק, און קוק אַרײַן צו מיר אין פֿאָטאָ־אַפּאַראַט,‟ האָט מײַן פֿרײַנד באַפֿוילן און אַראָפּגענומען מײַן בילד, און גלײַכצײַטיק אַרײַנגעכאַפּט די פֿיגור פֿונעם אויסשפּיר־אָפֿיציר, וועלכער איז אַרויסגעגאַנגען מיט פֿינף מינוט שפּעטער. כ׳האָב געדאַרפֿט גוט דורכקלערן וואָס צו טאָן, ווײַל ווען אַן אַרגענטינער אויסשפּיר־אַגענט גייט דיר נאָך, איז עס נישט קיין גוטער סימן. זיכער, וויל ער נישט סתּם טרינקען מיט מיר אַ טעפּל קאַווע.
כ׳האָב באַשלאָסן, אַז איך מוז פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד וואָס גיכער. כ׳האָב געקויפֿט אַ בילעט פֿון בוענאָס־אײַערס קיין מאָטעווידעאָ, אורוגווײַ, און אַ צווייטן בילעט פֿון דאָרטן קיין מאַדריד, און דערנאָך — קיין תּל־אָבֿיבֿ. פֿאַרן אָפּפֿליִען האָב איך געדאַרפֿט אָנקומען צוריק צו דער „רעטיראָ‟ אויטאָבוס־סטאַנציע — דער מוראדיקסטער טייל פֿון יענעם גאָר־לאַנגן טאָג. „רעטיראָ‟ איז אַ געפֿערלעך אָרט בײַ נאַכט.
די גאַנצע צײַט האָט זיך מיר געדאַכט, אַז עמעצער גייט מיר נאָך, און אַז ער וועט מיך דערשיסן פֿון אַן אומגעריכטן ווינקל. דעם טאַקסי־שאָפֿער האָב איך אויך חושד געווען. דערווײַל, האָב איך געשיקט טעקסטלעך מײַנע צוויי געטרײַסטע קאָלעגעס, אַ גוטן פֿרײַנד און דער מאַמען, מע זאָל מיך טרעפֿן אינעם בוענאָס־אײַרעסער פֿליפֿעלד.
ווען די מאַמע איז אַהין אָנגעקומען, האָט זי זיך צעוויינט, אָבער געבליבן רויִק. מיר האָבן אָפּגערעדט עטלעכע זאַכן, און דערנאָך האָב איך איר געהייסן אַהיימפֿאָרן. מײַנע זשורנאַליסטן־פֿרײַנד זענען געקומען, מיך אינטערוויויִרט, און מיט אַ פּאָר שעה שפּעטער האָט זיך עס באַוויזן אין די גרעסטע אַרגענטינער צײַטונגען. דעמאָלט בין איך שוין געווען אויפֿן וועג אַהיים, קיין תּל־אָבֿיבֿ.
כ׳הייב נישט אָן צו וויסן, ווען כ׳וועל נאָך אַ מאָל זײַן אין אַרגענטינע. איין זאַך ווייס איך יאָ: דאָס לאַנד, וווּ איך בין געבוירן געוואָרן, איז שוין מער נישט דאָס גליקלעכע אָרט, וואָס מײַנע ייִדישע באָבע־זיידע פֿלעגן וועגן דעם דערציילן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.