„װען די מלחמה איז אױסגעבראָכן אין 1939, האָב איך געװױנט אין קלײנעם פּױלישן שטעטל װיעזשבניק אין דער קעלצער גובערניע‟ — אַזױ הײבט יצחק ערליכסאָן אָן זײַן דערצײלונג װעגן דער צײַט, װאָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד װי אַ פּליט בעת דער מלחמה. װי אַ סך יונגע ייִדן אינעם דעמאָלטיקן אַנטיסעמיטישן פּױלן, האָט ער געגלייבט אין אַ זיסן חלום װעגן דעם סאָװעטישן גן־עדן.
װען די דײַטשישע אַרמײ האָט זיך באַװיזן אין זײַן שטעטל, האָט ער זיך אָן לאַנגע שהיות און אַפֿילו אָן אַ „זײַ־געזונט‟ צו זײַן משפּחה געלאָזט אין װעג אַרײַן צו דער מיזרחדיקער גרענעץ. אָבער קױם איז ער אַריבער דעם טײַך סאַן, װאָס האָט צעטײלט די דײַטשישע און סאָװעטישע אָקופּאַציע־זאָנעס, װי ער איז אַרעסטירט געװאָרן װי אַן ענגלישער שפּיאָן. אַזױ האָט זיך אָנגעהױבן זײַן לאַנגער יסורים–װעג איבער סאָװעטישע לאַגערן און תּפֿיסות.
דאָס בוך זכרונות „מײַנע פֿיר יאָר אין סאָװיעט־רוסלאַנד‟, װאָס ערליכסאָן האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, אונטער דעם נאָמען יצחק עדיסאָן, אין פּאַריז אין 1953 איז אײנע פֿון די ערשטע דאָקומענטאַלע גבֿית־עדותן װעגן דעם גורל פֿון פּױלישע ייִדן, װאָס זײַנען אַנטלאָפֿן קײן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. און איצט, מיט זעכציק יאָר שפּעטער, איז דאָס דאָזיקע מערקװירדיקע װערק דערשינען אין אַ שײנער ענגלישער איבערזעצונג פֿון מאָריס װאָלפֿטאַל.
דער מחבר איז געװען אײנער צװישן בערך פֿיר הונדערט טױזנט פּױלישע ייִדן, װאָס האָבן זיך געפֿונען אונטער דער סאָװעטישער שליטה אין 1939. בערך אַ פֿערטל פֿון זײ איז דעפּאָרטירט געװאָרן װי „קלאַסן־שׂונאים‟ קײן סיביר, װײַטן צפֿון און צענטראַל־אַזיע. אין משך פֿון כּמעט דרײַ יאָר האָט ערליכסאָן דורכגעמאַכט אַלע שיבֿעה־מדורי־גיהנום. ער פֿאַרמאָגט אַ נאַטירלעכן דערצײלערישן טאַלאַנט, װאָס דערמעגלעכט אים איבערצוגעבן דורך זאַכלעכע פֿאַקטישע שילדערונגען די טאָג־טעגלעכע שרעק פֿונעם לעבן אונטער די אוממענטשלעכע באַדינגונגען.
װי טױזנטער אַנדערע פּױלישע אַסירים, איז ערליכסאָן פּלוצעם באַפֿרײַט געװאָרן אין 1942-1941, װען סטאַלין האָט געמאַכט אַן אָפּמאַך מיט דער פּױלישער רעגירונג אין לאָנדאָן, און דערלױבט צו שאַפֿן אַ פּױלישע אַרמײ אױף דער רוסישער טעריטאָריע. ערליכסאָן האָט זיך געלאָזט אין אַ װײַטן װעג פֿון דעם תּפֿיסה־לאַגער אױף װײַטן מיזרח קײן אוראַל, אָבער זײַן טירחה איז געװען אַן אומזיסטיקע. די נײַע פּױלישע אַרמײ האָט ניט געװאָלט נעמען קײן ייִדן, און ער איז פֿאַרבליבן אײנער אַלײן אינעם פֿרעמדן לאַנד. זײַן גאַנצע סאָװעטישע דערפֿאַרונג איז געװען פֿאַרבונדן מיט אײַזנבאַנען, האָט ער זיך אָנגעלערנט כּלערלײ שטיק, װי אַזױ צו פֿאָרן אַרום די ריזיקע שטחים פֿון סיביר און צעטנראַל־אַזיע בחינם. סוף־כּל–סוף, האָט ער געפֿונען נאָענטע מענטשן און חתונה געהאַט מיט אַ יונגער פֿרױ פֿון די פּױליש־ייִדישע פּליטים.
דאָס יונגע פּאָרפֿאָלק האָט געקראָגן אַן אַרבעט „צו פֿירן צװײ װאַגאָנען מיט בראָנפֿן. די װאַגאָנען זענען אָפֿענע און אױף יעדער פּלאַטפֿאָרמע געפֿינען זיך 18 פֿעסער, װוּ עס זענען פֿאַראַן צו 500 און צו 800 ליטער.‟ די לאַנגע רײַזע מיט בראָנפֿן איבער אַזיע, לכתּחילה מיט דער באַן און דערנאָך מיט דער שיף, װוּ אױף יעדן שריט און טריט האָט מען געמוזט אָפּגיסן אַ ביסל י״ש פֿאַר יעדער קלײנער טובֿה מצד די סאָװעטישע באַאַמטע און אַרבעטער, איז אפֿשר דער פֿרײלעכסטער עפּיזאָד אינעם גאַנצן בוך. אָבער דאָס גליק האָט געדױערט ניט לאַנג. װען זײ האָבן זיך בשלום אומגעקערט אַהײם, האָט זיך דער פּאָליטישער מצבֿ װידער געענדערט; דאָס מאָל איז ערליכסאָן אַרעסטירט געװאָרן בלױז פֿאַר דעם, װאָס ער האָט אָפּגעהיט זײַן פּױלישן פּאַס און איז ניט געװאָרן אַ סאָװעטישער בירגער.
דעם נײַעם אַרעסט האָט ערליכסאָן איבערגעטראָגן אַ סך שווערער װי די פֿריִערע תּפֿיסה־יאָרן. אָבער ער איז געראַטעװעט געװאָרן דורך זײַן געטרײַער פֿרױ, װאָס האָט זיך דערשלאָגן צו די סאַמע הױכע סאָװעטישע פֿענצטער. סוף־כּל–סוף, האָבן זײ געקראָגן רעכט צו פֿאַרלאָזן רוסלאַנד און זיך אומצוקערן קײן פּױלן. דאָס באַגעגעניש מיטן באַפֿרײַטן הײמלאַנד איז געװען זײער ביטער: „קײן ייִדן זעט מען נישט. זינט מיר זענען אַריבער די פּױלישע גרענעץ, האָט מען נאָך אַלץ קײן ייִד נישט געזען. מיר פֿאָרן אַדורך נעבן שטעטלעך, װעלכע זענען געװען דורכױס ייִדישע, איצט זעט מען דאָ בלױז פּאָליאַקן. די גאַסן, דער מאַרק־פּלאַץ, די הײַזלעך — אַלץ, װאָס האָט אַ מאָל געראָיעט מיט ייִדיש לעבן, איז איצט אױסגעפֿילט מיט פּאָליאַקן.‟
דאָס איז געװען דער עיקר־חילוק צװישן סאָװיעט–רוסלאַנד און פּױלן: אין רוסלאַנד האָט מען געטראָפֿן ייִדן אומעטום, אַפֿילו צװישן די ברוטאַלע אָפֿיצירן פֿון געהײם־פּאָליצײ, װאָס האָבן גערעדט ייִדיש. אין פּױלן איז געװען „יודען־רײן‟.
די ענגלישע איבערזעצונג פֿון „מײַנע פֿיר יאָר אין סאָװיעט־רוסלאַנד‟ לײענט זיך װי אַ שװערע, אָבער פֿאַרכאַפּנדיקע געשיכטע. דער איבערזעצער האָט אָפּגעהיט דעם מחברס זאַכלעכן סטיל מיט שאַרפֿזיניקע אָפּשאַצונגען און קלוגע אָבסערװאַציעס. דער לײענער אַנטדעקט פֿאַר זיך דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אונטער סטאַלינס מאַכט װי אַ ריזיק לאַנד, װוּ מען קאָן קײן מאָל ניט זײַן זיכער אין דעם, װאָס עס װעט זיך מיט אים טרעפֿן אינעם קומעדיקן מאָמענט.
ערליכסאָן פֿאָרמולירט דעם מהות פֿונעם דאָזיקן לאַנד קורץ און שאַרף: „דאָס סאָװעטישע לאַנד איז נישט בלױז גרױזאַם, עס איז אױך קאָמיש‟. אױף ענגליש איז דאָס לעצטע װאָרט איבערגעזעצט געװאָרן װי „אַבסורד‟. אפֿשר שטעקט אין דעם דער צײַט־אונטערשיד אין דאָס אָפּשאַצן זי; דאָס, װאָס איז געװען קאָמיש דעמאָלט, זעט אױס װי אַן אומזין הײַנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.