װאָס װעט זײַן די צוקונפֿט פֿאַר אונדז, ייִדן, אין פֿראַנקרײַך?

What Does the Future Hold For Us, Jews, in France?

אַ באַוואָפֿנטער סאָלדאַט פּאַטרולירט אַ ייִדישע שיל אין מאַרע, דער ייִדישער קוואַרטאַל פֿון פּאַריז, דעם 12טן יאַנואַר
Getty Images
אַ באַוואָפֿנטער סאָלדאַט פּאַטרולירט אַ ייִדישע שיל אין מאַרע, דער ייִדישער קוואַרטאַל פֿון פּאַריז, דעם 12טן יאַנואַר

פֿון מאַשע פֿאָגעל*

Published January 28, 2015, issue of February 23, 2015.

ס׳איז פֿאַראַן אַ נײַער שפּאַס, װאָס איז פֿאַרשפּרײט איצט צװישן ייִדן אין פֿראַנקרײַך: „נו, צי זאָל מען בלײַבן אָדער פֿאָרן? ייִדן זענען שטאַרק צעשפּאָלטן. אַ טײל פֿון זײ האַלטן, אַז מען מוז זיך גלײַך פּאַקן. דער צװײטער טײל איז נישט מסכּים; ער גלייבט, אַז אַװעקפֿאָרן דאַרף מען, אָבער אַ ביסל שפּעטער.“

די ייִדן אין פֿראַנקרײַך זענען דאָ פֿאַרשידענע סאָרטן; עס זענען דאָ פֿרומע און אַטעיִסטן, טראָצקיסטן און ליבעראַלן — מסתּמא װי אומעטום אױף דער ברײטער װעלט. דערפֿאַר װאָלט ממש שװער געװען צו רעדן װעגן עפּעס אַ גלײַכפֿאָרמיקער פֿראַנצױזישער ייִדישער קהילה. פֿון דעסטװעגן, פֿירן אונדז די אָקערשטיקע אַטענטאַטן אין פּאַריז, און בכלל די כראָנישע באַנײַונג פֿון אַנטיסעמיטיזם צװישן אַ טײל פֿון די ייִנגערע דורות, באַזונדערס, כאָטש נישט נאָר, אין די אָרעמסטע פֿאָרשטעט פֿון פֿראַנקרײַך — צו דער פֿראַגע: אפֿשר זענען דווקא נישט „די קהילה־ייִדן“, נאָר דווקא די ייִדן פֿון פֿאַרשידענע מינים גערעכט, װען זײ פֿילן אַן אומרויִקײט װעגן זײער צוקונפֿט אין זײער אײגענעם לאַנד?

„אַװדאי“, ענטפֿערט שלמה מלכּה (מאַלקאַ), דער דירעקטאָר פֿון „ל’אַרש“, אין אַ צײַטונג פֿון די פֿראַנצױזישע ייִדישע אינסטיטוציעס. „דער װאָס גלייבט, אַז מיר זענען שױן פּטור געװאָרן פֿון די טעראָריסטן, האָט אַ טעות. געװיס, האָט מאַנועל װאַלס, דער פּרעמיער־מיניסטער, שטײַף רעאַגירט אויף די אַטאַקן, װאָס האָבן 17 מענטשן דערהרגעט — זשורנאַליסטן, הומאָריסטן, פּאָליציאַנטן, ייִדן. די סאָלדאַטן פֿון דער פֿראַנצױזישער אַרמײ באַשיצן די ייִדישע שולן און סינאַגאָגעס מעת־לעתנווײַז. נאָר װי לאַנג װעט דאָס קענען אָנגיין? און דערצו, װײַזט זיך אַרױס, אַז צו גיין דאַװנען אונטער דער פֿאַרטײדיקונג פֿון מיליטער, איז בפֿירוש דערנידערנדיק. דערװײַל, איז נישטאָ קײן ברירה; אַז די מאַכט האָט אַזעלכע מיטלען אָנגענומען, מוז אַזוי זײַן, װײַל מע שרעקט זיך, אַז עס קען אַזוינס געשען ווידער.‟

„הײסט עס, אַז דאָס װאָס ס׳האָט פּאַסירט, איז געװען נאָר אַן אָנהײב?‟ — פֿרעג איך אַדריען װינע — אַ יונגער אינזשעניר, װאָס אַרבעט אין פּאַריז און איז אַקאָרשט געװאָרן אַ טאַטע; אַ ייִד, װאָס מע װאָלט אים גערופֿן אין אַמעריקע — אַ קאָנסערװאַטיװער. ער שאַצט אױך אָפּ דאָס בײַזײַן פֿון מיליטער־לײַט פֿאַר זײַן קלײנער פֿאָרשטאָטישער שיל.

„נישט דאָס באַרויִקט מיך, דערקלערט ער, אָבער דאָס װײַזט אָן, אַז די פֿראַנצױזישע מאַכט האָט שױן פֿאַרשטאַנען — ס’עקזיסטירט אַ סכּנה! איך בין אַנטױשט צו זען, אַז ס׳האָט געדאַרפֿט נעמען אַזױ פֿיל צײַט, איידער מ׳האָט זיך געכאַפּט. דערװײַל האַלט איך נישט, אַז איך מוז מיט װײַב און קינד אַװעקפֿאָרן. אפֿשר װעלן מיר פֿאַרלאָזן פּאַריז: זעט אױס, אַז לעבן אין די קלענערע שטעט איז רויִקער; אָבער פֿון פֿראַנקרײַך וויל איך נישט אַוועקפֿאָרן, כאָטש איך קען, אַװדאי, אין דעם נישט זײַן זיכער. אויב, למשל, ס׳װעט מאַרי לע פּען, די פֿירערין פֿון דער עקסטרעם־רעכטער פּאַרטיי װערן אױסגעװײלט, װעלן מיר מיט גרױס טרױער פֿאַרלאָזן אונדזער לאַנד.“

צו די ווערטער גיט שלמה מלכּה צו: „שױן צען אָדער פֿופֿצן יאָר האָבן ייִדן פּראָבלעמען. ס’האָט זיך אָנגעהױבן אין די שולן אין 2000. דאַן זענען די קינדער מיטאַמאָל עלטער געוואָרן. דעם יונגן אילאַן האַלימי האָט מען דערהרגעט, װײַל ער איז געװען אַ ייִד. פֿיר מענטשן, צװישן זײ דרײַ קינדער, האָט אַ טעראָריסט דערשאָסן אין טולוז, ווײַל זיי זענען געווען ייִדן. נישט לאַנג צוריק נישט װײַט פֿון פּאַריז, אין קרעטײל, האָבן גנבֿים אַטאַקירט ספּעציעל אַ ייִדיש הױז. קײנער איז נישט אַרויס אױף די גאַסן. דאָס מאָל פֿאַרשטײט מען, סוף־כּל־סוף, אַז די סכּנה איז געקומען נישט נאָר פֿאַר די ייִדן, נאָר פֿאַרן גאַנצן לאַנד.“

כאָטש אַ סך ייִדן, באַזונדערס צװישן די, װאָס זענען מער פֿאַרכאַפּט סײַ מיטן רעליגיעזן און סײַ קולטורעלן ייִדישן לעבן, האָבן שװערע דאגות װעגן זײער צוקונפֿט, שטאָלצירן אַלע מיט דער רעאַקציע פֿון דער פֿראַנצױזישער נאַציע, װאָס איז אַרױס אױף די גאַסן, כּדי צו דעמאָנסטרירן און דערקלערן, אַז זײ װילן בלײַבן לעבן אין אַ פֿרײַען לאַנד.

„דאָס איז געװען“, האַלט חיים קאָרסיאַ, דער רבֿ ראשי פֿון דער פֿראַנצױזישער ייִדישער קהילה, „די אױפֿװעקונג פֿון די, װאָס האָבן ביז אַצינדער געשוויגן. לאַנגזאַם, שטילערהײט, זענען זײ דאָס מאָל אַרױסגעגאַנגען אױף דער גאַס. אפֿשר האָט אַזױ שטיל און װערדיק אױסגעזען, ווי איך שטעל זיך פֿאָר, דער װאַשינגטאָן־מאַרש אַרום מאַרטין לוטער קינג, אין 1963.“

מאַנועל װאַלס האָט דערקלערט, אַז די פֿראַנצױזישע רעפּובליק, אָן די ייִדן, װאָלט מער נישט געהײסן פֿראַנקרײַך. שלמה מלכּה און חיים קאָרסיאַ טענהן, אַז „אױך דער װעלטלעכער יודאַיִזם וואָלט מער נישט געװען דער זעלבער, אָן זײַנע פֿראַנצױזישע ייִדן“.

הרבֿ ראשי גײט נאָך װײַטער: „װאָס הײסט, יהדות? מיר אַלע װענדן זיך צו ישׂראל, װאָרעם מיר װענדן זיך צו ירושלים, כּדי צו דאַװענען. אָבער כּלערליי ייִדן פֿון דער װעלט ברענגען צום כּלל־ישׂראל די ספּעציפֿישע טאַלאַנטן פֿון זײער הײמלאַנד. פֿראַנקרײַך איז פֿעיִק צו רעדן און שרײַבן מיט ערשטקלאַסיקער קלאָרקײט. און װער האָט פֿאַקטיש די גאַנצע תּורה אָפּגעטײַטשט? דער פֿראַצויזישער ייִד רש”י, רבי שלמה יצחקי הצרפֿתּי! װאָלט עפּעס געפֿעלט צו דער יהדות אָן פֿראַנקרײַך. מיר ייִדן דאַרפֿן שפּילן די ראָלע פֿון אַ מאָטאָר אין אונדזער לאַנד, כּדי צי פֿאַרשטאַרקן אונדזער דעמאָקראַטיע און רעפּובליק, מיט טרײסט און האָפֿענונג“.

מסכּים! זאָל ייִדישקײט האָבן אַ צוקונפֿט אין דעם לאַנד פֿון רעװאָלוציע און פֿון מענטשנרעכט; און קעמפֿן דאַרפֿן מיר. אָבער װי אַזױ? אין װעלכער ריכטונג און מיט װעלכן מיטלען?

„דערציִונג איז דאָס סאַמע װיכטיקסטע“, דערקלערט חיים קאָרסיאַ. קלאָד האַמפּעל, דער רעדאַקטאָר פֿון די ייִדישע העפֿטן, זאָגט: „די פֿראַנצױזישע רעװאָלוציע האָט געמאַכט פֿון די ייִדן פּאָלנע בירגער. זינט דער צװײטער װעלט־מלחמה און פּעטענס פֿאַרראַט, װײסן זײ, אַז אַפֿילו אין פֿראַנקרײַך קען זײַן שװער צו זײַן אַ ייִד. די ייִדן האָבן תּמיד געקעמפֿט פֿאַר פֿרײַהײט, נישט בלויז פֿאַר זיך, נאָר פֿאַר אַלע פֿעלקער. דער אמת איז, אָבער, אַז די פֿראַגע פֿון אַ צוקונפֿט פֿאַר ייִדן שטעלט זיך הײַנט נישט נאָר אין פֿראַנקרײַך — אין גאַנץ אײראָפּע. די זעלבע סכעמע באַמערקט מען אין בעלגיע, אין דײַטשלאַנד, אין צפֿון־אײראָפּע. די סכּנה וואַקסט פֿון די טראַדיציאָנעלע עקסטרעם־רעכטע כּוחות, צוזאַמען מיט דער שׂינאה קעגן די ייִדן פֿון אַ ממשותדיקן טייל מוסולמענער. מיר מוזן קעמפֿן, אַנישט װעט קומען אין אײראָפּע די מפּלה פֿון הומאַניזם.“

אַ סך ייִדן אין פֿראַנקרײַך גלייבן, אַז laïcité — די וועלטלעכקייט, דאַרף מען אָפּהיטן און פֿאַרשטאַרקן. אַנדערע גלייבן פֿאַרקערט, אַז די וועלטלעכקייט, אַזױ װי מע פֿאַרשטײט זי אין פֿראַנקרײַך — אַן אױסשליסונג פֿון רעליגיע פֿון אַלע שטאַטישע ערטער — איז פֿאַר די ייִדן אַ פּראָבלעם, ווײַל אין אַלגעמײן זענען זיי זײער פֿרום, אָדער פֿאַרברענטע נאַציאָנאַליסטן.

סאַראַ טערקײם, אַ יונגע פּסיכאָאַנאַליטיקערין, איז נישט פֿרום און נישט געשטימט נאַציאָנאַליסטיש. פֿון דעסטוועגן, האַלט זי, אַז די ייִדן אין פֿראַנקרײַך האָבן אַ טעות. „זײער ליבשאַפֿט פֿאַר דער פֿראַנצױזישער סיסטעם האָט זיי אָפּגעקאָסט זייער טײַער. איך האַלט, אַז די פֿראַנצױזישע laïcité ברענגט אונדז נאָר פּראָבלעמען. נײן, נישט מעגלעך איז אַלץ צו געבן די ייִדן ווי בירגער, און גאָרנישט — ווי אַ פֿאָלק. ייִדן מוזן באַשטימען זײערע אײגענע דלתּ אַמות. אין דעם זין אַרבעט די אַמעריקאַנער סיסטעם אַ סך בעסער.“

יעדנפֿאַלס, װעט די פֿאַרבעסערונג פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט אָפּקאָסטן אַ סך מי און כּוח. „דערפֿאַר מוזן מיר — זאָגט חיים קאָרסיאַ — באַשליסן צו האָפֿן, און נישט צו פֿאַרלירן אונדזער שׂכל אין שרעק און פּחד. ס’איז שװער צופֿרידן צו זײַן אין שװערע צײַטן, נאָר דװקא דאַן מוזן מיר זיך אָנשטרענגען.“

באמת, שװער צו זײַן אַ צופֿרידענער ייִד.


מאַשע פֿאָגעל איז אַ פֿראַנצױזיש־ייִדישע זשורנאַליסטקע. זי גיט זיך אָפּ מיט דער קעגנװאַרט פֿון רעליגיעס. אַ געבױרענע אין 1983, לעבט זי און אַרבעט אין פּאַריז. דאָס איז איר ערשטער אַרטיקל אין ייִדיש פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟.