בודאַפּעשט (ייִט״אַ). — דער אונגערישער פּרעמיער וויקטאָר אָרבאַן האָט מאָנטיק געבעטן מחילה פֿאַר דער ראָלע, וואָס אונגערן האָט געשפּילט אין דעם דעפּאָרטירן ייִדן אין קאָנצענטראַציע־לאַגער — דאָס ערשטע מאָל, וואָס ער האָט באַשטעטיקט די אונגערישע קאָלאַבאָראַציע מיט די נאַציס.
בעת אַ רעדע אין אַ ייִדישן בית־עולם אין בודאַפּעשט, האָט אָרבאַן באַצייכנט דעם חורבן ווי „אַ נאַציאָנאַלע טראַגעדיע‟ פֿאַרן אונגאַרישן פֿאָלק.
„מיר האָבן זיך געפֿירט אָן רחמנות, און געווען קאַלטבלוטיק, אין אַ צײַט, ווען מיר האָבן געדאַרפֿט העלפֿן, און אַ סך אונגאַרן האָבן באַשלאָסן צו טאָן שלעכטס אַנשטאָט גוטס; זיך געפֿירט אויף אַ מיאוסן שטייגער אַנשטאָט אויף אַן עטישן שטייגער,‟ האָט אָרבאַן דערקלערט, לויט אַן אַרטיקל אין „אַזשענס פֿראַנס־פּרעס‟.
אָרבאַן האָט אויך אָפּגעגעבן כּבֿוד די ייִדישע אונגערישע סאָלדאַטן, וועלכע האָבן געקעמפֿט אין דער ערשטער וועלט־מלחמה.
„אָן די קרבנות, וואָס די אונגערישע ייִדן האָבן געליטן בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, וואָלט געווען אוממעגלעך צו פֿאַרטיידיקן אונדזער היימלאַנד,‟ האָט אָרבאַן געזאָגט בעת אַ צערעמאָניע אָפּצומערקן דעם רעמאָנט פֿון די קבֿרים בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, וואָס געפֿינען זיך אויפֿן „בית־עולם אויף קאָזמאַ־גאַס‟ — דער גרעסטער בית־הקבֿרות אין דער אונגערישער קרוינשטאָט.
אָרבאַן האָט באַטאָנט, אַז הונדערטער ייִדישע סאָלדאַטן, וועלכע האָבן געקעמפֿט אין דער מלחמה פֿון 1914 ביז 1918 זענען באַערדיקט געוואָרן אויף דעם בית־עולם. דער רעמאָנט איז פֿינאַנצירט געוואָרן דורך דער אונגערישער רעגירונג.
געוויסע אונגערישע ייִדן האָבן קריטיקירט אָרבאַנס באַשלוס זיך צו באַטייליקן אין דער צערעמאָניע ערבֿ דעם „אינטערנאַציאָנאַלן געדענק־טאָג פֿונעם חורבן‟ און פֿאַרן 70סטן יאָרטאָג פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון אוישוויץ־בירקענאַו. אַ האַלבער מיליאָן אונגערישע ייִדן זענען דערהרגעט געוואָרן אין דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.