דער פּלאַקאַט זעט אויס אַ ביסל אַנדערש ווי אַנדערע ייִדישע טור־מעלדונגען. אויף לינקס שטייט אָגעוויזן, אַז ס׳איז אַ רײַזע קיין פּוילן און פּראָג; אויף רעכטס שטייט אויף דער פּלאַזשע אַ יונגערמאַן אָן אַ העמד, און אין זײַנע זונברילן ווערט אָפּגעשפּיגלט די ישׂראלדיקע פֿאָן.
אָבער בײַ דזשייסאָן ליטמאַן, איז דער פּלאַקאַט גענוי צוגעפּאַסט. ווי דער גרינדער פֿון Hebro Travel — אַ נײַע טור־פֿירמע, וואָס באַדינט „האָמאָסעקסועלע ייִדן און די מענטשן, וואָס האָבן אונדז ליב‟, אָרגאַניזירט ער רײַזעס, וואָס וועבן צונויף היסטאָרישע אויספֿאָרשונגען, קולטורעלע אַנטדעקונגען — און געלעגנהייטן זיך גוט אָנצושׂימחעווען.
„עס זענען הײַנט פֿאַראַן אַ סך אָרגאַניזאַציעס, וואָס העלפֿן די ׳גייס׳ זיך פֿילן באַקוועם צווישן ייִדן,‟ האָט ער געזאָגט. „איך העלף די ייִדן זיך פֿילן באַקוועם צווישן ׳גייס׳.‟
אַ ישׂראלדיקע רײַזע אין יוני וועט ברענגען טוריסטן קיין ישׂראל, כּדי בײַצוזײַן אויפֿן יערלעכן „תּל־אָבֿיבֿער שטאָלץ־פּאַראַד‟, וווּ די האָמאָסעקסואַליסטן און לעזביאַנקעס קאָנען אויסדריקן שטאָלץ אין זייער סעקסועלער אידענטיטעט. אָבער ליטמאַנס נײַסטער טור האָט אַרויסגערופֿן אַ סך מער אויפֿמערק, ווי אויך אַ ביסל צעטומלטקייט.
די „שטאָלץ־רײַזע איבער פּוילן און פּראָג‟, וואָס איז פּלאַנירט פֿונעם 8טן ביזן 16טן אויגוסט, איז אַ טור איבער די ייִדישע ערטער אין די צוויי לענדער, אַרײַננעמענדיק דעם ייִדישן קוואַרטאַל אין קראָקע — קוזמיר (אויף פּויליש: קאַזימיערץ); די ערטער אין שײַכות מיט „שינדלערס ליסטע‟; וויזיטן אין היסטאָרישע שילן, און טורן פֿון אוישוויץ און טערעזין. דער טור שליסט זיך מיט אַ ריי שׂימחות און מיטן יערלעכן „שטאָלץ־פּאַראַד‟ אין פּראָג.
„מע פֿרעגט מיך אַ מאָל: ווי אַזוי קענסטו מאַכן אַ טור, וואָס הייבט זיך אָן מיט אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער און ענדיקט זיך מיט אַ ׳שטאָלץ־פּאַראַד׳?‟ האָט ליטמאַן געפֿרעגט. „בײַ מיר איז עס אָבער די זעלבע זאַך ווי יענע ייִדישע טורן אין די לאַגערן, וואָס ענדיקן זיך מיט פֿײַערונגען אין מדינת־ישׂראל.‟
אַ סך אַנדערע מענטשן האָבן אים אָבער געזאָגט, אַז ס׳איז אַ פּרעכטיקער אײַנפֿאַל, ווײַל ווייניק מענטשן ווייסן, וויפֿל האָמאָסעקסואַליסטן זענען דערמאָרדעט געוואָרן אינעם חורבן, האָט ליטמאַן געזאָגט.
דער טור האָט אַ ספּעציעלן מיין פֿאַר ליטמאַן: ער איז אַן אייניקל פֿון אונגערישע לעבן געבליבענע פֿון אוישוויץ. „דער טאַטע איז געבוירן געוואָרן אין בודאַפּעשט,‟ האָט ער דערציילט. „נאָך אוישוויץ, האָבן מײַנע זיידע־באָבע זיך אומגעקערט קיין בודאַפּעשט, און האָבן נישט פֿאַרלאָזט אונגערן ביז נאָך דער אונגערישער רעוואָלוציע, אַרום 1956. ס׳איז מיר תּמיד געווען אַ חידוש, פֿאַר וואָס זיי האָבן זיך בכלל אומגעקערט אַהין.‟ ליטמאַן האָט אַליין סײַ אונגערישע, סײַ אַמעריקאַנער בירגערשאַפֿט.
לויט אַ פּערמאַנענטער אויסשטעלונג אינעם אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן, „די נאַצי־רדיפֿות קעגן האָמאָסעקסואַליסטן‟, האָבן די נאַציס פֿאַרמישפּט צו תּפֿיסה בערך 50,000 מאַנצבילן אויפֿן חשד, אַז זיי זענען האָמאָסעקסואַליסטן, און אַ טייל האָט מען אַפֿילו קאַסטרירט. מע האַלט, אַז כּמעט 15,000 „גיי‟ מענער זענען פֿאַרשיקט געוואָרן אין קאָנצענטראַציע־לאַגער. דעם קומעדיקן מײַ וועט די וואַשינגטאָנער אויסשטעלונג קומען קיין ניו־יאָרק, אינעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה‟.
„דער ציל פֿון דער רײַזע איז צו ווײַזן ווי, נאָך 70 יאָר, האָט זיך צעבליט סײַ דאָס ייִדישע לעבן, סײַ די ׳גיי׳־באַוועגונג,‟ האָט ליטמאַן געזאָגט. „מיר האָפֿן, אַז די באַטייליקטע אין דעם טור וועלן אָפּשאַצן וויפֿל ביידע געזעלשאַפֿטן האָבן געגעבן צושטײַער דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט, און ווי די רעגירונגען איבער דער וועלט נעמען הײַנט אויף ביידע מינאָריטעטן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.