פּראָג. — די ספּיקערס פֿון 29 אייראָפּעיִשע פּאַרלאַמענטן האָבן דינסטיק אונטערגעשריבן אַ דעקלאַראַציע קעגן אַנטיסעמיטיזם.
דאָס אונטערשרײַבן, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם „אינטערנאַציאָנאַלן אָנדענק־טאָג פֿונעם חורבן‟, איז געווען דער לעצטער טייל פֿון אַן עפֿנטלעכער דיסקוסיע צווישן 30 דעלעגאַטן אינעם „פּראָגער שלאָס‟. די אונטערנעמונג, וואָס האָט געהייסן „לאָז מײַן פֿאָלק לעבן‟, איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער טשעכישער רעגירונג און דעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟.
די טערקישע דעלעגאַציע האָט דעם דאָקומענט אָבער נישט אונטערגעשריבן — אַ פֿאַקט וואָס די ספּיקערס האָבן פֿאַרשריבן אינעם פּראָטאָקאָל, האָט איבערגעגעבן אַ פֿאָרשטייער פֿונעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟. די דיסקוסיע, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿאַרן אונטערשרײַבן די דעקלאַראַציע, האָט מען אָפּגעהאַלטן הינטער געשלאָסענע טירן.
„מיר זעען הײַנט כּלערליי בײַשפּילן פֿון אַנטיסעמיטיזם אינעם עפֿנטלעכן לעבן, ווי, למשל, דאָס אָפּלייקענען אָדער ענדערן די פֿאַקטן וועגן דעם חורבן, כּדי צו שעדיקן די ייִדן איבער דער וועלט און מדינת־ישׂראל,‟ שטייט אין דער דעקלאַראַציע. „די פּאַרלאַמענטן, רעגירונגען, אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס און ציווילע לײַט איבער דער וועלט מוזן אָננעמען אַ שטעלונג, וואָס דערלויבט בכלל נישט אַזוינע פֿענאָמענען.‟
די דעקלאַראַציע איז אַ טייל פֿון אַ פּלאַן פֿאָרגעשלאָגן פֿונעם פּרעזידענט פֿונעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟, משה קאַנטאָר, אין 2012. דער פּלאַן, וואָס ווערט באַצייכנט ווי אַ מוסטער פֿון אַ טאָלעראַנץ־געזעץ, ווײַזט אָן ווי אַזוי אַנטיסעמיטיזם, ראַסיזם און באַמיִונגען צו באַגרענעצן די רעליגיעזע פֿרײַהייט אין אייראָפּע, וואָלטן געקאָנט פֿאַררעכנט ווערן פֿאַר אומלעגאַל, און דערפֿאַר באַדראָט ווערן מיט אַ שטראָף, האָט קאַנטאָר געזאָגט.
לויט דעם לעגיסלאַציע־מוסטער, למשל, „קאָן אַן אימיגראַנט, וועלכער זאָגט זיך אָפּ זיך אויסצולערנען די אָרטיקע שפּראַך, דעפּאָרטירט ווערן, ווײַל דאָס וואָלט געווען אַ סימן, אַז ער וויל נישט ווערן קיין טייל פֿון דער געזעלשאַפֿט,‟ האָט דערקלערט יורם דינשטיין, איינער פֿון די מחברים פֿונעם געזעץ און אַ ישׂראלדיקער עקספּערט פֿון אינטערנאַציאָנאַלער יוריספּרודענץ.
רעדנדיק פֿאַר אַ דעבאַטיר־פּאַנעל דינסטיק האָט דינשטיין געזאָגט, אַז אַלע אייראָפּעיִשע פּאַרלאַמענט־הײַזער וואָלטן געדאַרפֿט דורכפֿירן געזעצן, וואָס דערמעגלעכן צו באַשטראָפֿן אַ געוויסע אַקציע ווי אַ שׂינאה־פֿאַרברעכן (און דערבײַ אַרויסרופֿן אַ האַרבערע שטראָף), אַפֿילו אויב געוויינטלעך וואָלט דער פֿאַרברעכן נישט באַצייכנט געוואָרן ווי אַ שׂינאה־פֿאַרברעכן.
אַ משל דערפֿון, האָט דינשטיין באַטאָנט, איז די פֿאַרגוואַלדיקונג פֿון אַ פֿרוי אין פּאַריז דורך דרײַ גזלנים דעם 30סטן נאָוועמבער, ווען די פֿאַרברעכער האָבן אַליין דערקלערט, אַז זיי האָבן זיך אַרײַנגעריסן אין דעם הויז, ווײַל עס האָט געהערט צו ייִדן.
„מיט יאָרן צוריק וואָלט איך נישט באַצייכנט פֿאַרגוואַלדיקונג ווי אַ שׂינאה־פֿאַרברעכן, אָבער איצט ווייסן מיר, אַז דאָס קאָן יאָ געמאָלט זײַן,‟ האָט דינשטיין געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.