צוויי ישׂראלדיקע סאָלדאַטן און אַ שפּאַנישער שלום־היטער זענען מיטוואָך דערהרגעט געוואָרן בעת אַ שלאַכט צווישן ישׂראל און „כעזבאָלאַ‟, און דערבײַ אַרויסגערופֿן אַ זאָרג וועגן אַ פֿולשטענדיקן קאָנפֿליקט צווישן דער ייִדישער מדינה און דער איסלאַמיסטישער גרופּע.
„כעזבאָלאַ‟ האָט באַשטעטיקט, אַז איינע פֿון אירע בריגאַדעס האָט דורכגעפֿירט דעם ראַקעטן־אַטאַק אויף עטלעכע ישׂראלדיקע מיליטערישע אויטאָס, וואָס איז, אַ פּנים, געווען אַ נקמה־אַקט פֿאַרן ישׂראלדיקן אַטאַק אין דרום־סיריע דעם 18טן יאַנואַר; דעמאָלט זענען אומגעבראַכט געוואָרן עטלעכע „כעזבאָלאַ‟־מיליטאַנטן, ווי אויך אַן איראַנישער גענעראַל.
דער איצטיקער אַטאַק איז פֿאָרגעקומען עטלעכע שעה נאָך דעם ווי די ישׂראלדיקע עראָפּלאַנען האָבן באָמבאַרדירט די פּאָזיציעס לעבן די גולן־הייכן, וואָס דאָס ישׂראלדיקע מיליטער האָט באַצייכנט ווי אַ רעאַקציע אויף ראַקעטן־פֿײַער פֿון סיריע.
אין דעם ראַיאָן, וווּ עס טרעפֿן זיך די גרענעצן פֿון ישׂראל, לבֿנון און סיריע, איז שוין חדשים לאַנג אַן אָנגעשטרענגטער מצבֿ, אָבער די שפּאַנונג איז געוואָרן נאָך ערגער אין די לעצטע 10 טעג.
זינט דעם סוף פֿון דער מלחמה מיט „כאַמאַס‟־מיליטאַנטן אין עזה פֿאַראַיאָרן זומער האָט ישׂראל געוואָרנט, אַז עס קאָנען נאָך אויסברעכן קאַמפֿן אויף דער צפֿון־גרענעץ, אַרײַנגערעכנט די מעגלעכקייט, אַז „כעזבאָלאַ‟ וועט גראָבן טונעלן, כּדי אַרײַנצודרינגען אין דער ייִדישער מדינה. במשך פֿון די לעצטע עטלעכע טעג האָט ישׂראל געבראַכט מער סאָלדאַטן און מיליטערישע אויסשטאַטונג אינעם ראַיאָן.
דער פּענסיאָנירטער מאָיאָר־גענעראַל, ישׂראל זיו, האָט געזאָגט, אַז דער אַטאַק מיטוואָך איז מסתּמא אַ פּרוּוו מצד „כעזבאָלאַ‟ אַרײַנצוציִען ישׂראל אַלץ טיפֿער אין דער מלחמה אין סיריע, וווּ „כעזבאָלאַ‟ קעמפֿט אויפֿן צד פֿונעם סירישן פּרעזידענט, באַשאַר אַל־אַסאַד. „ישׂראל דאַרף היטן אירע אייגענע אינטערעסן, אָבער נישט אָננעמען קיין אומנייטיקע שריט, וואָס קאָנען אונדז אַרײַנשלעפּן אינעם קאָנפֿליקט מיט סיריע,‟ האָט ער געזאָגט.
אין ביירוט האָט מען נאָכן אַטאַק געהערט אַ ביקס־שיסערײַ, ווי אַן אויסדרוק פֿון פֿרייד, בעת די אײַנוווינער אין די דרומדיקע פֿאָרשטעט, וווּ די „כעזבאָלאַ‟־כּוחות זענען שטאַרק, האָבן שוין אײַנגעפּאַקט זייערע טשעמאָדאַנען, און זיך אָנגעהויבן גרייטן צו עוואַקויִרן די געגנטן, וואָס ישׂראל האָט שטאַרק באָמבאָרדירט אינעם לעצטן קאָנפֿליקט מיט לבֿנון, אין 2006.
אָבסערוואַטאָרן, ווי אײַכאַם גאַמעל און ריקאַרדאָ פֿאַביאַני, פֿון דער עקספּערטן־קאָמיסיע Eurasia Group, האַלטן אָבער נישט, אַז דער קאָנפֿליקט וועט זיך פֿאַרשטאַרקן. „נתניהו פֿאַרשטייט מסתּמא, אַז אַ פֿאַרשלעפּטע מיליטערישע אָפּעראַציע אין לבֿנון, קאָן אים טײַער קאָסטן אין די וואַלן,‟ האָבן זיי באַמערקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.