דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק האָט מען אין אַ רוסיש־רעדנדיקער ליובאַוויטשער שיל פֿון סטאַטען־אײַלענד פֿאַרזאַמלט דעם עולם צו פֿאַרזוכן כאַש, דעם טראַדיציאָנעלן מאכל פֿון די גרוזינער ייִדן. דער רבֿ, אַ יונגער אַשכּנזישער ייִד פֿון מאָסקווע, האָט דערקלערט, אַז אַזאַ מאכל עסט מען אויך בײַ די בוכאַרער ייִדן און „אין אַנדערע ספֿרדישע קהילות‟.
דאָס איז אַ בײַשפּיל פֿונעם פֿאַרשפּרייטן טעות, לויט וועלכן אַלע ייִדישע עדות, אַחוץ די אַשכּנזים, מוזן זײַן ספֿרדים. אין דער אמתן, קומט כאַש, אַ הייסער פֿליישיקער זופּ, וואָס מע עסט גאַנצפֿרי מיט אַ גרופּע חבֿרים, לכתּחילה פֿון אַרמעניע און איז פּאָפּולער אין גרוזיע, אָבער נישט צווישן די ספֿרדים.
צי שטעלן די שפּאַניש־שטאַמיקע ספֿרדים מיט זיך פֿאָר איין עטנישע גרופּע, וואָס רעדט אויף דער זעלבער טראַדיציאָנעלער שפּראַך און פֿאָלגט די זעלבע מינהגים? לאַוו־דווקא. אַפֿילו צווישן די מערבֿ־אייראָפּעיִשע און מיזרח־אייראָפּעיִשע אַשכּנזים זענען פֿאַראַן ממשותדיקע חילוקים, צוליב וועלכע די דײַטשישע „יעקעס‟ האָבן מיט 100 יאָר צוריק אָפֿט באַטראַכט די ליטוואַקן און גאַליציאַנער ווי מאָדנע מיזרחדיקע „אָסטיודען‟. די מערבֿדיקע דיאַלעקטן פֿון ייִדיש, הײַנט אַ זעלטנקייט, קלינגען כּמעט ווי אַן אַנדער לשון. אויף אַן ענלעכן אופֿן, קאָן מען באַטראַכט די אייראָפּעיִשע און צפֿון־אַפֿריקאַנער ספֿרדים ווי צוויי אייגנאַרטיקע עדות מיט באַזונדערע שפּראַכן: לאַדינאָ און האַקעטיִאַ.
דעם 4טן דעצעמבער איז אין סיאַטל, בײַם וואַשינגטאָנער אוניווערסיטעט, פֿאָרגעקומען די צווייטע יערלעכע אונטערנעמונג לכּבֿוד דעם „אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון לאַדינאָ‟. די ערשטע וועלט־אונטערנעמונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן מיט אַ יאָר צוריק אויך אין דער זעלבער שטאָט.
פֿאַרוואָס האָט מען דווקא אויסגעקליבן אַזאַ אָרט און דאַטע? פּראָפֿ׳ דעווין נער (נאַאַר), וועלכער פֿירט אָן מיט די ספֿרדישע שטודיעס בײַם וואַשינגטאָנער אוניווערסיטעט, און האָט געשפּילט אַ שליסל־ראַלע אין דער אונטערנעמונג, האָט דערקלערט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז מיט אַ יאָר צוריק, אויפֿן סמך פֿון אַ פֿאָרלייג מצד דער „לאַדינאָ־אינסטאַנץ‟ אין יורשלים, האָט מען באַשלאָסן דורכצופֿירן אַ ספּעציעלע פּראָגראַם דעם לעצטן טאָג חנוכּה, אַ סימבאָל פֿון דעם, וואָס די „ליכט‟ פֿון דער ספֿרדישער שפּראַך ברענען ווײַטער, נישט געקוקט אויף די פֿינצטערע פּראָגנאָזן פֿון אירע באַגראָבער. אין סיאַטל וווינען אַ סך גריכישע און טערקישע ספֿרדים, און אינעם וואַשינגטאָנער אוניווערסיטעט פֿאַרנעמט מען זיך אַקטיוו מיט לאַדינאָ און דער ספֿרדישער קולטור. מיט אַ יאָר צוריק, האָט דער מעיאָר פֿון סיאַטל, מײַק מאַק׳גין, און אַ צאָל אַנדערע פּאָליטיקער פֿונעם שטאַט וואַשינגטאָן, אָפֿיציעל דערקלערט דעם 5טן דעצעמבער ווי דעם „טאָג פֿון לאַדינאָ‟.
אויף דער אונטערנעמונג זענען במשך פֿון צוויי שעה אויפֿגעטראָטן אַ צאָל לעקטאָרן, קולטור־אַקטיוויסטן, זינגער און מעשׂה־דערציילער. נער, איינער פֿון די באַקאַנטסטע לאַדינאָ־אַקטיוויסטן אין דער וועלט און דער שאַפֿער פֿון דער עלעקטראָנישער ביבליאָטעק פֿון לאַדינאָ־ביכער, גלייבט, אַז אַזעלכע קליינע אונטערנעמונגען קאָנען ווערן אַ קאַטאַליזאַטאָר פֿון אַ גלאָבאַלן קולטורעלן ווידערגעבורט, וואָס וועט פֿאַראייניקן די ספֿרדישע קהילות אין סיאַטל, לאָס־אַנדזשעלעס, ניו־יאָרק, בוענאָס־אײַרעס, סטאַמבול, ירושלים און אַנדערע שטעט. דער פּראָפֿעסאָר האָט צוגעגעבן, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט אונדזער „פֿאָרווערטס‟, איז די לעצטע אַמעריקאַנער צײַטונג אויף לאַדינאָ בטל געוואָרן אין 1948; דערפֿאַר נייטיקט זיך די ספֿרדישע שפּראַך אין אַזעלכע פּראָגראַמען, וואָס האָבן שוין צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון אַזעלכע חשובֿע געסט, ווי די אַמבאַסאַדאָרן פֿון טערקײַ און שפּאַניע.
חנה פּרעסמאַן, די דירעקטאָרין פֿון קאָמוניקאַציע־ענינים בײַם צענטער פֿון ייִדישע שטודיעס אינעם וואַשינגטאָנער אוניווערסיטעט, אַ קאָרעספּאָנדענטקע פֿונעם Forward און אַ צאָל אַנדערע ייִדישער אויסגאַבעס, פֿאַרנעמט זיך אויך אַקטיוו מיטן לאַדינאָ־אַקטיוויזם. אין דער זעלבער צײַט, האָט זי נישט לאַנג צוריק רעדאַגירט, בשותּפֿות מיט לאַראַ ראַבינאָוויטש און שירי גורן, דאָס בוך Choosing Yiddish („אויסקלײַבן ייִדיש‟). פּרעסמאַן האָט דערקלערט אונדזער צײַטונג, אַז איר אינטערעס צו דער ספֿרדישער קולטור האָט צו טאָן מיט איר מאַמעס ספֿרדישע שרשים פֿונעם גריכישן אינדזל ראָדעס. זי גלייבט אָבער נישט, אַז בײַ די ספֿרדים קאָן אויפֿקומען אַן אַנאַלאָג פֿון ייִדישיזם.
אין דער פֿרומער וועלט איז אַזאַ באַוועגונג אויך נישטאָ. הרבֿ עובֿדיה יוסף און אַנדערע באַקאַנטע טוער האָבן דווקא פֿאַרשפּרייט דעם דערמאָנטן סטערעאָטיפּ, לויט וועלכן אַלע מיזרחדיקע ייִדן זענען „ספֿרדים‟, כּדי צו שאַפֿן אַ סאָלידאַריטעט צווישן די נישט־אַשכּנזישע עדות, וואָס האָבן אַ סך געליטן פֿון דיסקרימינאַציע מצד די אַשכּנזישע ציוניסטן. ס׳איז מערקווירדיק, אַז די אינטערנאַציאָנאַלע יערלעכע פּראָגראַם לכּבֿוד לאַדינאָ האָט מען געגרינדעט נישט אין ירושלים, ווי די ספֿרדישע שפּראַך־סאָלידאַריטעט איז הײַנט פֿאַרבונדן מיט העברעיִש, נאָר אינעם מולטי־קולטורעלן סיאַטל.
צוויי באַקאַנטע אונגעריש־גאַליציאַנער חסידישע רביים, רבי חיים־אלעזר שפּירא פֿון מונקאַטש און רבי אַהרן ראָט, דער גרינדער פֿון דער „תּולדות־אַהרנער‟ באַוועגונג, האָבן אויסגעאַרבעט אַ מין גײַסטיקן ייִדישיזם, פֿאַרבונדן מיט זייער שאַרפֿער קריטיק פֿון ציוניזם. אין דער זעלבער צײַט, האָבן זיי אויך גערופֿן די ספֿרדים אָפּצוהיטן זייער היימישע שפּראַך. רבי אַהרן ראָט האָט אָבער געמיינט די ייִדישע דיאַלעקטן פֿון אַראַביש, און דער מונקאַטשער רבי — לאַדינאָ, וואָס ער רופֿט אָן „שפּאַניאָליט‟. צום באַדויערן, האָבן די דאָזיקע געדאַנקען נישט אַרויסגערופֿן אַ מערקווירדיקן אינטערעס; זייערע דעות אילוסטרירן אָבער אַ וויכטיקן קולטורעלן אונטערשייד צווישן די ספֿרדישע עדות.
דער מחבר פֿון די שורות האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער ספֿרדישער קולטור, דער עיקר, נאָכן חתונה האָבן מיט אַ פֿראַנצויזיש ייִדיש מיידל, וואָס שטאַמט טיילווײַז פֿון די זעלבע מקומות, ווי די דערמאָנטע חסידישע רביים, און טיילווײַז פֿון די מאַראָקאַנער ספֿרדים. ווען נער האָט אָנגערופֿן די באַקאַנטע צענטערס פֿון דער ספֿרדישער קולטור, האָב איך באַלד באַמערקט, אַז ער האָט נישט דערמאָנט פֿראַנקרײַך, וווּ עס וווינען ביז 350,000 ספֿרדים — מער ווי אין גאַנץ אַמעריקע.
ווען עס גייט אַ רייד וועגן די צפֿון־אַפֿריקאַנער ספֿרדים, איז רבי אַהרן ראָט גערעכט. זיי אַסאָציִיִרן זייער נוסח ייִדישקייט מיט דער אַראַבישער שפּראַך און קולטור. אַ טייל מאַראָקאַנער ייִדן רעדן אויך אויף האַקעטיִאַ — אַן אָרטיקער וואַריאַנט פֿון לאַדינאָ, פֿול מיט אַראַבישע און פֿראַנצויזישע ווערטער, וואָס מע קאָן באַטראַכטן ווי אַ באַזונדערע שפּראַך. נער האָט איבערגעגעבן, אַז פֿאַר אים איז עס שווער צו פֿאַרשטיין האַקעטיִאַ, ווײַל אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן היימישן סאַלאָניקער לאַדינאָ, קלינגט עס ווי אַן אַנדער לשון. מע קאָן זאָגן, אַז ס׳רובֿ פֿראַנצויזישע ייִדן אָדער די הײַנטיקע ייִדישע תּושבֿים פֿון מאַראָקאָ און טוניס געהערן צו גאָר אַן אַנדער עטנישער גרופּע.
אַ פֿראַנצויזיש־רעדנדיקער מתפּלל פֿון דער דערמאָנטער שיל, וווּ נאָכן אָפּדאַוונען שחרית גאַנצפֿרי „כּוותיקין‟ האָט מען פֿאַרזוכט דעם כּלומרשט „ספֿרדישן‟ אַרמענישן זופּ, האָט מיר אַמאָל געזאָגט, אַז בײַ די היימישע מאַראָקאַנער ספֿרדים זאָגט מען „כּייף אַלחאַל‟ אַנשטאָט „וואָס הערט זיך‟. דער ייִדיש־מאַראָקאַנער וואַריאַנט פֿון אַראַביש איז אַן אייגנאַרטיקער דיאַלעקט אָדער שפּראַך, הגם די דאָזיקע באַקאַנטע באַגריסונג וואָלט פֿאַרשטאַנען יעדער אַראַבער.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די איראַקישע אָדער תּימנער ייִדן זענען דווקא נישט ספֿרדים. זייער געשיכטע איז נישט פֿאַרבונדן מיט גירוש־ספֿרד און זייערע אַראַבישע היים־דיאַלעקטן שיידן זיך היפּש אונטער פֿונעם מאַראָקאַנער ייִדיש־אַראַביש; פֿאַקטיש, זענען זיי אויך באַזונדערע לשונות. די ייִדישע געשיכטע פֿון צפֿון־אַפֿריקע איז אָבער יאָ טיף פֿאַרבונדן מיט שפּאַניע.
לאַדינאָ האָט זיך אָנגעהויבן פֿאַרוואַנדלען אין אַ ריי אייגנאַרטיקע ייִדישע דיאַלעקטן נאָכן גירוש־ספֿרד. ווען די ייִדן זענען פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון שפּאַניע, אינעם יאָר 1492, האָבן זיי אָפּגעהיט דעם אַלטן קאַסטיליאַנער שפּאַניש און אַנטוויקלט עס ווײַטער, אָפּגעריסן פֿון דער נישט־ייִדישער שפּראַך פֿון זייערע געוועזענע שכנים. מיט הונדערטער יאָר פֿריִער, איז אָבער די היימישע ליטעראַרישע שפּראַך פֿון אַזעלכע געבילדעטע שפּאַנישע ייִדן, ווי דער רמב״ם און רבי יהודה הלוי, איז געווען דווקא אַראַביש. די ייִדיש־אַראַבישע דיאַלעקטן פֿון צפֿון־אַפֿריקע איז אַ גרויסער אוראַלטער אוצר, אין וועלכן די ספֿרדישע וואָרלצען האָבן זיך צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט די טראַדיציעס פֿון די אָרטיקע 2000־יאָריקע ייִדישע קהילות.
די דערמאָנטע ווערטער פֿונעם מונקאַטשער רבין אין זײַן ספֿר „שער ישׂשכר‟ אילוסטרירן אַן אַנדער וויכטיקן מאָמענט, וועלכער האָט אַרויסגערופֿן אַ מחלוקת מיט אַ יאָר צוריק, בעת דער ערשטער יערלעכער לאַדינאָ־אונטערנעמונג אין סיאַטל. אַ סך לאַדינאָ־רעדער רופֿן זייער מאַמע־לשון דזשודעזמאָ אָדער דזשודיִאָ, „די שפּראַך פֿון ייִדן‟, בעצם אַן עקוויוואַלענט פֿונעם וואָרט „ייִדיש‟. פֿאַר אַ טייל אַנדערע איז עס „ספּאַניאָליט‟, אַ היימישער וואַריאַנט פֿון שפּאַניש. „לאַדינאָ‟ האָט היסטאָריש געמיינט די היסטאָרישע בוך־פֿאָרעם פֿון דער שפּראַך, ענלעך צום ייִדישן באַגריף „עבֿרי־טײַטש‟. דערפֿאַר קלינגט דער דאָזיקער נאָמען פֿאַר אַ סך נאַטירלעכע רעדער אַלטמאָדיש.
הלוואַי זאָל די סיאַטלער איניציאַטיוו געלינגען און זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ מאַסן־באַוועגונג צווישן די טערקישע און גריכישע ייִדן. וואָס טוט מען אָבער מיט אַנדערע צוויי ספֿרדישע לשונות, האַקעטיִאַ און דער מאַראָקאַנער ייִדיש־אַראַביש? נער האָט איבערגעגעבן, אַז זײַן אונטערנעמונג איז געווען געווידמעט בלויז דער „סטאַנדאַרטער‟ שפּראַך פֿון גריכישע און טערקישע ייִדן. דער אָרגאַניזאַטאָר פֿון דער אונטערנעמונג האָט באַטאָנט, אַז עס וואָלט געווען כּדאַי צו נעמען האַקעטיִאַ אין באַטראַכט און שאַפֿן אַ באַזונדערע באַוועגונג פֿאַר ייִדיש־אַראַביש.
עס וויל זיך האָפֿן, אַז די צפֿון־אַפֿריקאַנער ספֿרדים וועלן טאַקע אָנהייבן אַן אייגענע שפּראַך־באַוועגונג. מע קאָן זאָגן, אַז אַ פּאַסיקער טראַדיציאָנעלער „אינטערנאַציאָנאַלער טאָג‟ איז שוין פֿאַראַן — דער טאָג גלײַך נאָך פּסח, ווען די מאַראָקאַנער ייִדן אַרום דער וועלט פּראַווען „מימונאַ‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.