ס׳רובֿ רעליגיעזע ציוניסטן אין ישׂראל גלייבן, אַז ס׳איז וויכטיקער אָפּצוהיטן די ייִדישע מערהייט אינעם לאַנד, ווי דעם קאָנטראָל איבערן מערבֿ־ברעג.
לויט אַ נײַעם אויספֿרעג פֿונעם „ישׂראלדיקן אינסטיטוט פֿון דעמאָקראַטיע‟, האָבן 62 פּראָצענט רעליגיעזע ציוניסטן געזאָגט, אַז די ייִדישע מערהייט איז פֿאַר זיי וויכטיקער, ווי דער קאָנטראָל איבערן „גאַנצן ארץ־ישׂראל פֿון ירדן ביזן מיטל־לענדישן ים‟. די פֿירנדיקע רעליגיעז־ציוניסטישע פּאַרטיי „הבית היהודי‟ האַלט שטאַרק קעגן דעם צוריקצי פֿונעם מערבֿ־ברעג.
40 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע האָבן געזאָגט, אַז זיי שטיצן די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, וועלכער זאָגן זיך אָפּ צו פֿאָלגן די באַפֿעלן צו עוואַקויִרן די ייִשובֿים אינעם דאָזיקן ראַיאָן. בערך אַ דריטל באַטאָנען, אַז מע דאַרפֿן נישט פֿאָלגן די געזעצן, ווײַל די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט פֿאַרלאָזט דעם עזה־פּאַס אינעם יאָר 2005.
אַחוץ דעם, האָט דער אויספֿרעג געוויזן, אַז 45 פּראָצענט רעליגיעזע ציוניסטן גלייבן, אַז עס וואָלט כּדאַי געווען אײַנצופֿירן אין ישׂראל אַ געוויסע פֿאָרעם פֿון בירגערלעכע חתונות — אָדער פֿאַר אַלע בירגער אינעם לאַנד, אָדער פֿאַר די, וואָס קאָנען נישט חתונה האָבן דורך אָרטאָדאָקסישע אינסטאַנצן. די איצטיקע ישׂראלדיקע געזעצן דערלויבן די ייִדישע בירגער חתונה צו האָבן בלויז דורכן אָרטאָדאָקסישן רבנות. 45 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע וואָלטן אָנגענומען די האָמאָסעקסועלע פּאָרפֿעלקער אין זייערע קהילות.
אין דער זעלבער צײַט, האָבן די אויסגעפֿרעגטע באַטאָנט, אַז רעליגיע דאַרף האָבן אַ גרעסערע השפּעה אויף דער ישׂראלדיקער געזעץ־סיסטעם. בערך 80 פּראָצענט האַלטן, אַז דאָס רעכט צו באַקומען אויטאָמאַטיש די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט דאַרפֿן האָבן בלויז די, וואָס ווערן אָנערקענט ווי ייִדן לויט דער אָרטאָדאָקסישער הלכה. להיפּוך, קאָן הײַנט יעדער אָפּשטאַמלינג פֿון אַ ייִדישן זיידן אָדער ייִדישער באָבע ווערן אַ ישׂראלדיקער בירגער. ס׳רובֿ אויסגעפֿרעגטע האַלטן אויך, אַז די רעליגיעזע דעפּוטאַטן פֿון דער כּנסת מוזן זיך פֿאַרלאָזן אויף די רבנישע אויטאָריטעטן אין זייערע פּאָליטישע באַשלוסן.
לויטן אויספֿרעג, האַלטן זיך 22 פּראָצענט ישׂראלים פֿאַר רעליגיעזע ציוניסטן, הגם אַ דריטל פֿון זיי באַטראַכטן זיך נישט ווי אָרטאָדאָקסן. די פּינקטלעכקייט־ניוואָ פֿונעם חשבון איז פּלוס־מינוס 3.2 פּראָצענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.