איך האָב אײַך פֿאַרגעסן צו דערציילן וועגן מײַן גוטער חבֿרטע חנהן, אַ מחברטע פֿון אַ טוץ ביכער אויף ענגליש, און וועגן אירע איבערלעבונגען אין דער לאָדזשער געטאָ און אין אוישוויץ. זי איז מיט איבער אַ צען יאָר גערוקט פֿון מיר. זי איז זייער אַ פֿרומע ייִדענע, טראָגט אַ שייטל, געהערט צו די גערער חסידים, האַלט אַ „סטריקטלי‟ כּשר הויז, גייט אין שיל, היט אָפּ שבת, רעדט אַ לאָדזשער ייִדיש — ווי פֿרומער קען מען שוין זײַן?
מיר ביידע האָבן זיך באַקענט אין קאַלעדזש ווען איך האָב זיך צוגעזעצט אויף אַ באַנק מיטאָג־צײַט, און געהערט ווי צוויי מענטשן רעדן ייִדיש, זי מיט איר ערשטן מאַן וועלכער איז נפֿטר געוואָרן מיט אַ העפֿטיקער צײַט צוריק. געהערט אַ ייִדיש וואָרט בין איך באַלד צוגעפֿלאָסן צו ביידע, געוואָלט וויסן ווער זיי זײַנען, ווו זיי וווינען, ממש אַלע פּרטים.
האָט מען מיך באַלד פֿאַרבעטן צו זיך אַהיים. מיר האָבן געוווינט אַ פּאָר גאַסן אָפּגערוקט איינע פֿון דער צווייטער. איך קום אַרײַן און דער מאַן, אבֿיגדור, פּאָרעט זיך אין קיך. פֿרעגט ער מיך:
„האָסט אַמאָל געהערט פֿון ׳געטאָפֿל׳ קלויסקעס? (קאַרטאָפֿל קלויסקעס)?‟
„צי איך האָב געהערט, אַ שאלה אויף אַ מעשׂה, די מאַמע מײַנע שטאַמט פֿון לאָדזש און פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגט זי אויך מאַכן ׳געטאָפֿל׳ קלויסקעס מיט יויך.‟
בין איך דאָך דאָ גוט אַרײַנגעפֿאַלן, האָב איך געטראַכט, איך הער לאָדזש, „געטאָפֿל‟ קלויסקעס, פֿיל איך זיך ווי אין דער היים.
יאָרן זײַנען אַוועק, חנה האָט אָנגעוווירן איר אבֿיגדורן און איין זון, אַ דאָקטער, וועלכן זי האָט געבוירן שוין דאָ אין אַמעריקע, ביידע זין ־ דאָקטוירים, פֿרום ווי טאַטע־מאַמע, און הייבן נישט אָן צו וויסן פֿון קיין „געטאָפֿל‟ קלויסקעס.
זינט דעמאָלט האָט חנה גענומען אַ צווייטן מאַן, אַ תּלמיד־חכם, אויך אַ גערער חסיד, אויך אַדורך דאָס גיהנום בײַ היטלערן, אָנגעשפּאַרט אַזש קיין אוישוויץ און אַרויס נאָך פֿרימער.
דאָס זעלבע הויז, נאָר דאָס מאָל זײַנען אַלע קאַמאָדעס אָנגעפֿילט מיט הייליקע ספֿרים: די חומשים, די גמרא, די מדרשים, און ער קען געפֿינען אַ שפּילקע אין שטרוי, האָט אַן אײַזערנעם זכּרון ממש צו באַוווּנדערן. זינט זיי ווינטערן אין מיאַמי־ביטש, זעט מען זיך אָפֿט אָדער מיר רעדן אויפֿן טעלעפֿאָן.
אין איינעם פֿון אונדזערע געשפּרעכן זאָג איך איר: „איז דען אַ וווּנדער אַז מיר ייִדן זײַנען אַן אויסנאַם פֿון אַ פֿאָלק, נאָך אַלעמען, אַ ייִדיש קינד צו דרײַ יאָר, האָט מען שוין געשלעפּט אין די היצן און פֿרעסט אין חדר אַרײַן. דאָס קעפּעלע צוגעדעקט מיט אַ טלית־קטן, דאָס קינד אויפֿן וועג צו קדושה זאָל נישט זען די טמא אין דרויסן.
קומענדיק אין חדר, פֿלעגט דער רבי אויפֿנעמען דאָס קינד מיט גרויס ליבשאַפֿט, אים ווײַזן אַ טאַבעלע ווו ער האָט פֿאָרמירט און יעדעס אות געשריבן מיט האָניק, האָט ער געהייסן דעם קינד דאָס אויסלעקן. דערבײַ האָט ער אים געזאָגט: ׳קינדעלע! דו זעסט כאָטש ווי זיס איז אונדזער א”ב.‟
מײַן פֿרומע חברטע האָט ממש געשטוינט. קודם האָט זי קיין מאָל נישט געהערט אַזאַ וווּנדערלעכע געשיכטע. צווייטנס, איז עס געקומען פֿון איר פֿרײַדענקערישער חבֿרטע, ווי איז דאָס מעגלעך? האָב איך איר דערציילט אַז דער ייִדישער פֿאָלקלאָר איז פֿול מיט אַזעלכע משלים ווען עס קומט צו ייִדישער דערציִונג, פֿרומער אָדער פֿרײַער.
די צווייטע געשיכטע האָט מיר דערציילט מײַן חבֿרטע לאה וועמען איך האָב נישט געקענט מיט צען יאָר צוריק. זי האָט זיך פֿאַרנומען מיט אַן אויסשטעלונג פֿון די „די־פּי‟ לאַגערן אין דײַטשלאַנד, וווּ זי אַליין האָט זיך געפֿונען נאָך דער מלחמה. דאָס מאָל האָט זי געפֿאָרשט איר טעמע אין „האָלאָקאָסט מוזיי אין וואַשינגטאָן‟.
מיטאַמאָל האָט זי זיך אָנגעשטויסן אין אַ קאָפּיע פֿון מײַן לידער־אַלבאָם, וואָס איך האָב אַלס קינד אָנגעזאַמלט אין אונדזער פּליטים־לאַגער אין דײַטשלאַנד. די לידער זײַנען געווען געשריבן אויף רוסיש, פּויליש, ייִדיש און העברעיִש, און זי האָט זיי געקענט זינגען. האָט זי געפֿרעגט דעם אָנגעשטעלטן:„צי לעבט נאָך די מחברטע פֿון דעם אַלבאָם?‟
האָט ער איר פֿאַרזיכערט, אַז יאָ און געגעבן איר מײַן טעלעפֿאָן־נומער. ווי נאָר זי איז אַהיים געקומען, האָט זי מיר געקלונגען און פֿאַרבעטן צו זיך. ס’איז פּונקט אויסגעפֿאַלן חנוכּה, און מיר האָבן זיך געשטעלט פּרעגלען לאַטקעס, און רעדן אָן אַ סוף.
גיי ווייס, אַז מיר האָבן אַלס יונגע קינדער געלעבט נאָך דער מלחמה אין דער זעלבער שטאָט אין אולם, דײַטשלאַנד, זי — אין סעדאַן קאַסערנע און איך — אין הינדענבורג קאַסערנע. מיר זײַנען געגאַנגען אין דער זעלבער „בית ספֿר תּרבות‟ וואָס די שליחים פֿון פּאַלעסטינע האָבן אויפֿגעשטעלט פֿאַר די פּליטים־קינדער. מיר האָבן געהאַט די זעלבע לערער און געזונגען די זעלבע לידער. צו אונדזער פֿרייד איז נישט געווען קיין שיעור.
דורך דער צײַט, האָט זי מיט איר מאַן פֿאַרקויפֿט זייער הויז אין לאָנג־אײַלענד און זיך אַרײַנגעצויגן אין דער זעלבער געבײַדע ווו איך האָב געוווינט. פֿאַרשטייט זיך, אַז די פֿרייד איז געווען גרויס, ווײַל נאָך אַלעמען, ס’רובֿ פֿון אונדזערע משפּחות זײַנען אומגעקומען אין חורבן־צײַט, זײַנען מיר געוואָרן משפּחה.
איין מאָל דערציילט זי מיר, בעת זיי האָבן געוווינט אין מינכען, איז איר זיידע זייער קראַנק געוואָרן. ער האָט באַקומען אַ בלוט־שטורץ אין מוח און אָנגעוווירן די שליטה פֿון רעדן. איז ווי פֿאַרשטענדיקט מען זיך מיט אַזאַ טײַערן אוצר ווי אַ זיידע? איז לאה געפֿאַלן אויף אַ פֿאָרטל, דער זיידע פֿלעגט לייענען דעם „פֿאָרווערטס‟, האָט זי אים געברענגט דעם „פֿאָרווערטס‟ אין שפּיטאָל אַרײַן און גענומען אויסקלײַבן די ייִדישע אותיות און געמאַכט פֿון זיי זאַצן, און דער זיידע האָט זיך דערפֿרייט מיטן נײַעם מיטל פֿון קאָמוניקאַציע. דער זיידע איז טאַקע אויסגעגאַנגען אינעם שפּיטאָל אין מינכען, און מ’האָט אים מקבר געווען אויף אַ ייִדישן בית־עולם טאַקע אין מינכען, טראָץ דעם וואָס מיר ווייסן, אַז גאַנץ דײַטשלאַנד איז געווען איין בית־עולם פֿאַר ייִדן.
ווען לאה איז מיט איר אויסשטעלונג געפֿאָרן קיין מינכען און דערציילט די דאָרטיקע ייִדן אַז מענכע שטעט אין דײַטשלאַנד נאָך דער מלחמה האָבן געדינט ווי פּליטים־לאַגערן אויף דער אַמעריקאַנער זאָנע, איז דער אָפּרוף געווען אַ פּאַרעווער. ייִדן, דער עיקר וואָס האָבן אָפּגעשטאַמט פֿון דײַטשלאַנד און עסטרײַך, האָבן זיך באַצויגן דערצו קאַלט־בלוטיק, ווי נישט זיי מיינט מען.
דער עיקר, זי איז אַוועק אויף קבֿר־אָבֿות, און אויסגעלאָזט איר גאַנצן צער אויפֿן זיידנס קבֿר. אַ חוץ די שטיינדלעך, האָט זי אַוועקגעלייגט אויף זײַן מצבֿה אַ „פֿאָרווערטס‟, זאָל ער האָבן וואָס צו לייענען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.