ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

בעת דער לוויה פֿונעם אַרגענטינער פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַן, דעם 29סטן יאַנואַר, אין בוענאָס־אײַרעס
Getty Images
בעת דער לוויה פֿונעם אַרגענטינער פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַן, דעם 29סטן יאַנואַר, אין בוענאָס־אײַרעס

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published January 29, 2015, issue of February 23, 2015.

פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַן: די פֿראַגעס בלײַבן נישט־פֿאַרענטפֿערט

די פֿאַרגאַנגענע װאָך איז די איינציקע געשעעניש װאָס האָט באַהערשט אויסשליסלעך די נײַעסן, געװען דער אומדערװאַרטער טויט פֿונעם פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַן, װאָס האָט געאַרבעט די לעצטע 11 יאָר צו געפֿינען װער ס׳האָט פּלאַנירט און דורכגעפֿירט דעם אַטענטאַט אויפֿן בנין פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה. פֿון זײַנע פֿאָרשונגען האָט ער אויך געפֿונען מאַטעריאַלן אָנצוקלאָגן די אַרגענטינער פּרעזידענטין, איר אויסערן־מיניסטער העקטאָר טימערמאַן, צוויי אויסשפּיר־אַגענטן, אַ פֿירער פֿון דער איראַנער געמיינדע און אַ פּאָליטישן פֿירער, װאָס איז שטאַרק פֿאַרבונדן מיט דער רעגירונג אין האָבן אונטערגעהאַנדלט בסוד מיט איראַן אַן אָפּמאַך, װאָס זאָל באַפֿרײַען די באַשולדיקטע אינעם אַטענטאַט, און אַזוי אַרום קענען קויפֿן ביליקן נאַפֿט און קענען פֿאַרקויפֿן װייץ. אַ טאָג פֿאַר זײַן באַריכט אינעם פּאַרלאַמענט האָט מען אים געפֿונען טויט אין זײַן דירה.

דערװײַל װייסט מען נישט, צי ער האָט זיך גענומען דאָס לעבן, צי מען האָט אים געצװוּנגען זיך נעמען דאָס לעבן, אָדער מען האָט אים דערהרגעט. זײַן קערפּער האָט מען איבערגעגעבן ערשט דעם לעצטן מיטװאָך, נאָך 10 טעג, װען זײַן געװעזענע פֿרוי, אַ ריכטערין, האָט געמאָלדן, אַז זי װעט נישט פֿאָדערן מען זאָל אים נאָך אַ מאָל פּלמסן, און אַז זי װעט נאָר קאָנטראָלירן דאָס, װאָס מען האָט ביז איצט אויפֿגעטאָן.

ניסמאַן איז באַערדיקט געװאָרן דאָנערשטיק אויפֿן בית־עולם „טאַבלאַדאַ‟ אויף אַ נחלה לעבן די קרבנות פֿונעם אַטענטאַט.

די צװיי פּאָליציי־לײַט, װאָס האָבן באַדאַרפֿט אָפּהיטן ניסמאַנען, זײַנען באַזײַטיקט געװאָרן. זיי זײַנען זיך סותר געװען מיט דער צײַט, װען זיי האָבן אָנגעקלאַפּט אין פּראָקוראָרס טיר. איינער האָט געזאָגט 2 נאָך מיטאָג און דער אַנדערער האַלב 6. זיי האָבן אָנגעהויבן זייער דיזשור 11. דער פּראָקוראָר האָט ניט געהאַט קיין װאַך די לעצטע 24 שעה.


דער באַריכט פֿון אויסשפּיר-ביוראָ

מיגעל אַנכעל טאָמאַ, װאָס האָט פֿאַרנומען דעם אַמט פֿון דירעקטאָר פֿון דעם אויסשפּיר־ביוראָ בעת דער פּרעזידענץ פֿון מענעם, װען דער אַטענטאַט איז פֿאָרגעקומען, האָט געבעטן די פּרעזידענטין קריסטינאַ קירכנער, זי זאָל פֿאַרעפֿנטלעכן דעם באַריכט, װאָס זיי האָבן צוגעשטעלט אין 2002, וווּ עס איז קלאָר, װער ס‘האָט פּלאַנירט און דורכגעפֿירט דעם אַטענטאַט, און איבער פּאָליטישע סיבות האָט מען עס נישט פּובליקירט.


נײַע גרופּירונג „אַמיאַ פֿאַר אַלעמען‟

אַ פּאָליטישע גרופּירונג „אַמיאַ פֿאַר אַלעמען‟, װאָס שטעלט זיך צו צו די װאַלן אין דער קהילה, האָט צוגעשטעלט אַ ביטע, אַז דער אַרגענטינער אויסערן־מיניסטער העקטאָר טימערמאַן זאָל אויסגעשלאָסן װערן װי אַ מיטגליד פֿון דער קהילה איבער זײַן אומדערטרעגלעכער אויפֿפֿירונג.


אויס ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿון אַן איראַן־פּריידיקער

לויִס דעליִאַ, דער פּעראָניסט, װאָס האָט כּסדר פֿאַרטיידיקט איראַן, אָרגאַניזירט דעמאָנסטראַציעס פֿאַר דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע, און װאָס לויט די רעקאָרדירונגען, װאָס ניסמאַן האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, איז געװען פֿאַרמישט אינעם אָפּמאַך מיט איראַן, האָט געהאַט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם, װוּ ער פֿלעגט אַטאַקירן דעם ציוניזם, געלייקנט דעם חורבן, פֿאַרטיידיקט דעם אָפּמאַך און די אַרגענטינער פּרעזידענטין און איר פּאָליטיק, איז געבליבן אָן זײַן פּראָגראַם. דער דיקטאָר האָט אים אָפּגעשטעלט אָן קיין שום דערקלערונג, נאָך 10 יאָר.


סתּירות אַרום דעם „טאָג פֿון חורבן‟

דער אינטערנאַציאָנאַלער טאָג צו דערמאָנען דעם חורבן, דעם טאָג פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון אוישװיץ, האָט געװיזן דעם ריס, װאָס איז דאָ אינעם ייִדישן ייִשובֿ, און צװישן ייִשובֿ און דער רעגירונג.

דרײַ דערמאָנונגס־אַקטן זײַנען אײַנגעאָרדנט געװאָרן. אויף דער דערמאָנונג, װאָס דער אויסערן־מיניסטעריום האָט צוגעגרייט הײַיאָר, האָבן זיך די קהילה און די „דאַיאַ‟ נישט באַטייליקט צום ערשטן מאָל. זיי האָבן אָרגאַניזירט אין קהילה־בנין אַן אייגענע דערמאָנונג, וווּ מען האָט קריטיקירט דעם אָפּמאַך מיט איראַן, באַערט דעם פּראָקוראָר ניסמאַן, און װוּ די שארית־הפּליטה האָט זיך אַקטיװ באַטייליקט. אויך די שטאָט בוענאָס־אײַרעס האָט אָרגאַניזירט אַ צוזאַמענקום.

דער „איקוף‟ איז געװען די איינציקע ייִדישע אינסטיטוציע, װאָס האָט זיך באַטייליקט אויפֿן אַקט פֿון דער אַרגענטינער רעגירונג.


אַן אַטאַק אויף די ישׂראל־טוריסטן

נישט װײַט פֿון באַרילאָטשע, בײַ דער אָזערע פּועלאָ, אַ פּרעכטיק קוראָרט אַ טויזנט מײַל פֿון בוענאָס־אײַרעס, װוּ אַ סך נאַציס האָבן אויסגעקליבן צו װוינען, און דער ישׂראלדיקער טוריזם פֿון די יוגנטלעכע, װאָס האָבן פֿאַרענדיקט זייער מיליטער־דינסט פֿאַרנעמט אַ װיכטיק אָרט פֿאַר זייערע אַדװענטורעס, האָט צום צװייטן מאָל געליטן אַנטיסעמיטישע און אַנטי־ישׂראלדיקע אַטאַקעס. מען איז באַפֿאַלן זייער האָטעל, זיי צעקלאַפּט און צעשטערט דאָס פּלאַץ. פֿאַרן בירגערמײַסטער איז דאָס בלויז געװען אַ קריג צװישן יוגנטלעכע, כאָטש די אויפֿשריפֿטן באַװײַזן, אַז די פּלאַנירטע אַטאַקע האָט געהאַט אַן אַנדער ציל.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.