איך בין, ליידער, בדרך־כּלל אַ ציניקער, וואָס שייך דער אַמעריקאַנער אויסערן־פּאָליטיק. ווי איינער, וואָס פֿאָלגט פֿאָרזיכטיק נאָך אַ סך געשעענישן, וואָס קומען פֿאָר אין פֿאַרשידענע מקומות, בפֿרט אינעם מיטעלן־מיזרח, בין איך זעלטן איבערראַשט אָדער אַנטוישט, ווען די אַמעריקאַנער רעגירונג טוט עפּעס, וואָס שטימט בכלל ניט מיט אירע כּלומרשטע ווערטן.
לעצטנס, אָבער, בין איך געווען ניט בלויז איבערראַשט, נאָר באמת געמיגלט געוואָרן צוליב צוויי טויט־פֿאַלן אין סאַודיע, און ווי אַזוי די אַמעריקאַנער רעגירונג, בשותּפֿות מיט די רעגירונגען פֿון כּמעט אַלע „מערבֿדיקע‟ לענדער האָבן זיך אָפּגערופֿן אויף זיי.
דעם 12טן יאַנואַר האָט מען אין מעקאַ געקעפּט אַ בורמישע פֿרוי, ליילאַ בינט אַבדול מוטאַליב באַסים, פֿאַר אַן עולם, גלײַך אויף דער גאַס. אַזאַ עפֿנטלעכע עקזעקוציע איז ניט קיין נאָווינע אין סאַודיע: פֿאַראַיאָרן האָט מען געקעפּט אַרום 85 מענטשן. וואָס ס׳האָט יאָ אַרויסגערופֿן דעם אויפֿמערק פֿון דער וועלט, איז דאָס וואָס מיליאָנען מענטשן האָבן געזען, ווי די פֿרוי, נעבעך, האָט געשריִען און געטענהט, אַז זי איז אומשולדיק, און מע זאָל אויף איר האָבן רחמנות. דער תּלין, אָבער, האָט אַ קוק געטאָן אויף איר, געזאָגט „געלויבט זאָל זײַן דער אייבערשטער‟, און געטאָן זײַן אַרבעט. די עקזעקוציע האָט מען געזען צוליב דעם, וואָס אַ מאַן אין סאַודיע האָט די סצענע געהיים פֿילמירט און דערנאָך פֿאַרשפּרייט דורך דער אינטערנעץ.
במשך פֿון די פֿאָלגנדיקע 9 טעג האָט מען אַ סך אַרומגערעדט און פֿאַרדאַמט דעם פֿאַל אין דער אַמעריקאַנער מעדיאַ, ווי אויך (און אַפֿילו נאָך מער) דעם שוידערלעכן גורל פֿונעם זשורנאַליסט ראַיִף באַדאַווי. באַדאַווי, דער גרינדער פֿונעם „סאַודיער ליבעראַלער פֿאָרום‟ האָט באַקומען צען יאָר טורמע פֿאַרן „באַליידיקן איסלאַם‟, כאָטש ער האָט אין דער אמתן ניט באַליידיקט איסלאַם, נאָר געשריבן אויף דער אינטערנעץ, אַז דער סאַודיער מלך האָט, לויט דעם „קאָראַן‟, ניט קיין געבורטס־רעכט צו הערשן אייביק. פֿאַר דעם וואָס באַדאַווי וועט מען פֿאַרשפּאַרן אין טורמע, מוז ער, צום ערשט, געשמיסן ווערן 1,000 מאָל — 50 שמײַסן יעדע װאָך. נאָך דער צװײטער שמײַס-סעסיע איז מען געווויר געוואָרן, אַז די תּפֿיסה־דאָקטוירים האָבן פֿאַרווערט מער אים צו שמײַסן, ווײַל מע האָט מורא געהאַט, אַז ער וועט עס ניט איבערלעבן.
צען טעג נאָך דער קעפּונג פֿון ליילאַ בינט אַבדול מוטאַליב באַסים, האָט מען אין גאַנצן אויפֿגעהערט צו רעדן וועגן איר, ווי אויך וועגן ראַיִף באַדאַווי, ווײַל דער מלך פֿון סאַודיע, אַבדולאַ בין אַבדולאַזיז אַל סאַוד, איז געשטאָרבן און די אָנפֿירערס פֿון דער גאַנצער „מערבֿ־וועלט‟, בראָש מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, האָבן דעם פֿאַרשטאָרבענעם קעניג אָנגעהויבן צו לויבן אין הימל אַרײַן.
„װי אַ פֿירער, איז ער שטענדיק געװען אָפֿנהאַרציק און האָט אױסגעדריקט מוט אין זײַן גלױבן‟, האָט איבערגעגעבן פּרעזידענט אָבאַמאַ.
„ער איז געװען אַ מאַן פֿון אױסערגעװײנטלעכן קוראַזש און כאַראַקטער, אַ היסטאָרישע פֿיגור, װאָס האָט פֿאַרבעסערט דאָס לעבן פֿון זײַן פֿאָלק… ער איז געװען אַ שטאַרק קול פֿאַר טאָלעראַנץ, מעסיקײט און שלום‟, האָט דערקלערט דער פֿאַרטײדיקונגס-מיניסטער טשאָק הײגל.
„הײַנט איז אַ טרױעריקער טאָג‟, האָט צוגעגעבן דער אַמעריקאַנער אױסערן-מיניסטער דזשאָן קערי. „דער מלך אַבדולאַ איז געװען אַ מאַן פֿון חכמה און װיזיע… אַ מוטיקער פּאַרטנער אינעם קאַמף קעגן דעם עקסטרעמיזם, ווי אויך אַ װיכטיקער שטיצער פֿון שלום.”
טאָני בלײר, דער געװעזענער בריטישער פּרעמיער-מיניסטער, האָט דעם קעניג אַבדולאַן באַצײכנט װי אַ „מאָדערניזירער פֿון זײַן לאַנד, װאָס זײַן פֿאָלק האָט געהאַלטן אים ליב און טײַער‟.
וועגן װעמען רעדן זײ? צי איז דאָס באמת דער זעלביקער קעניג אַבדולאַ, װאָס האָט צען יאָר געהערשט מיט אַ פֿאַרבלוטיקטן פֿױסט איבערן לאַנד, װאָס האָט די סאַמע ערגסטע באַציִונג צו די מענטשלעכע רעכט, פֿון אַלע אַנדערע לענדער אױף דער װעלט, אַחוץ צפֿון-קאָרעע? אַ לאַנד, אין װעלכן ס’איז אומלעגאַל עפֿנטלעך צו גלייבן אין קײן שום אַנדערע אַמונה, אַחוץ דעם סוני-איסלאַם, און בלױז אין דער עקסטרעמער „װאַהאַבישער‟ שיטה דערצו? אַ לאַנד, אין װעלכן מע קעפּט אַלע, װאָס זאָגן עפֿנטלעך, אַז זײ האָבן אױפֿגעהערט צו גלײבן אין גאָט? אַ לאַנד, אין װעלכן די פֿרױען טאָרן ניט אַרבעטן, פֿירן אַן אױטאָ אָדער אַפֿילו אַרױסגײן אין דרױסן אָן דער באַגלײטונג פֿון אַ מאַן? אַ לאַנד, אין װעלכן די רעליגיעזע פּאָליצײ שמײַסט פֿרױען גלײַך אױף דער גאַס פֿאַרן רעדן מיט אַ מאַן אָדער פֿאַרן טראָגן קלײדער, װאָס זענען ניט גענוג „צניעותדיק‟? אַ לאַנד, אין װעלכן מע קעפּט מענטשן פֿאַרן קריטיקירן דעם קעניג, מאַכן כּישוף, פֿירן אַ לינקע ליבע, באַטייליקן זיך אין האָמאָסעקסועלן סעקס אָדער אַפֿילו סתּם סעקס פֿאַר דער חתונה? דאָס הײסט בײַ דער אַמעריקאַנער רעגירונג „חכמה און װיזיע‟, „אױסערגעװײנטלעכער קוראַזש און כאַראַקטער‟; — אָדער בײַ דער בריטישער רעגירונג — אַ „מאָדערניזירער פֿון זײַן לאַנד?‟ צי מײנען באמת דזשאָן קערי און טשאָק הייגל, אַז אַ קעניג, װאָס עקזעקוטירט פֿרױען פֿאַרן „מאַכן כּישוף‟, איז טאַקע אַ „קול פֿון מעסיקײט און טאָלעראַנץ‟, און אַ „פּאַרטנער קעגן עקסטרעמיזם‟?
װעמען פּרובירן זײ אָפּנאַרן?
קודם, דאַרף מען דערמאָנען, אַז סאַודיע הערשט איבער 20 פּראָצענט פֿונעם נאַפֿט אױף דער װעלט און האָט נאָענטע פֿאַרבינדונגען מיט אַנדערע אַראַבישע „גאָלף‟-לענדער, װעלכע קאָנטראָלירן נאָך אַרום 15% פּראָצענט. װי עס האָט אױך דערמאָנט די „אַנטי-דעפֿאַמאַציע-ליגע‟ אין איר פּרעסע-קאָמוניקאַט אויפֿן טױט פֿונעם קעניג אַבדולאַ, אין וועלכן מע האָט באַצייכנט דעם קעניג ווי „אַ קלוגן און געניטן פֿירער‟, איז סאַודיע, בשותּפֿות מיט די אַנדערע סונישע-„גאָלף‟-לענדער אַמעריקעס (און מדינת-ישׂראלס) גרעסטער שותּף קעגן זײער הױפּט-שׂונא — איראַן. צוליב אָט דעם װיכטיקן פּאָליטישער און מיליטערישער אַליאַנץ האָט די „אַנטי-דעפֿעמאַציע-ליגע‟ ניט געפֿילט זיך בחובֿ צו דערמאָנען, אַז טעכניש געזאָגט, טאָר קײן ייִד אַפֿילו ניט אַרײַנקומען אין סאַודיע, שױן אָפּגערעדט פֿון דאַװנען דאָרטן אָפֿענערהײט.
עס װײַזט זיך אַרױס, אַז װען עס מישן זיך צונפֿויף נאַפֿט און אַ װיכטיקע מיליטערישע אַליאַנץ, װערן בטל אַלע עיקרדיקע אַמעריקאַנער פּרינציפּן ,װאָס שײך דער דעמאָקראַטיע, די רעכט פֿון רעליגיעזע מינדערהײטן, דעם װױלזײַן פֿון פֿרױען און פֿרײַהייט פֿון וואָרט־אויסדרוק.
מע קען טענהן, אַז מע דאַרף טאָן אַלץ מעגלעך, כּדי אױפֿצוהאַלטן די סטראַטעגישע אַליאַנץ מיט סאַודיע. איך האַלט, אָבער, אַז אונדזערע װערטן זענען װיכטיקער. אַז מע פּרײדיקט די דעמאָקראַטישע װערטן און אַ געװיסן צוגאַנג צום לעבן און אין דער זעלביקער צײַט לױבט מען אַ פֿירער, װאָס הערשט לױט היפּוכדיקע װערטן, מאַכט עס אַלע שײנע רײד צו ניט. אױפֿן מזבח פֿון „זיכערהײט‟ און „סטאַביליטעט‟ פֿאַרלירן מיר ניט בלױז אונדזערע כּלומרשטע מאָראַלישע װערטן, נאָר אױך אונדזער גוטן שם איבער דער װעלט — אױב מיר האָבן נאָך בכלל אַזאַ שם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.