אַ ייִד אַן אויטיסט באַקומט אַ פּריז פֿאַר זײַן טעטיקייט

Jewish Autism Self-Advocate Recognized For His Work

ארי נאמן
Youtube
ארי נאמן

פֿון דזשולי ווינער (ייִט״אַ)

Published January 30, 2015, issue of February 23, 2015.

אַרי נאמנס לעבן האָט זיך געביטן, ווען ער איז געווען אַ 12־יאָריק ייִנגל. די דאָקטוירים האָבן באַשטעטיקט, אַז ער לײַדט פֿונעם אַספּערגער־סינדראָם, אַ לײַכטע פֿאָרעם פֿון אויטיזם. די אַדמיניסטראַציע פֿון דער קאָנסערוואַטיווער ייִדישער טאָגשול, וווּ ער האָט זיך געלערנט עטלעכע יאָר, האָט פּלוצעם באַשלאָסן, אַז זיי זענען נישט צופֿרידן מיט אַזאַ תּלמיד. צוליב דעם, האָט נאמן געמוזט איבערגיין אין אַ ספּעציעלער שול פֿאַר קראַנקע קינדער.

אין ניו־ברונסוויק, די שטאָט אינעם שטאַט ניו־דזשערזי, וווּ ער האָט געוווינט, האָט אַ מיטל־שול זיך געפֿונען לעבן זײַן שטוב. צוליב זײַן דיאַגנאָז, האָט ער אָבער געמוזט זיך שלעפּן אָנדערהאַלבן שעה יעדן טאָג אין אַן אַנשטאַלט, וווּ מע האָט ווייניק געלערנט און נישט געשטעלט קיין ערנסטן אַקצענט אויף די צוקונפֿטיקע קאַריערעס פֿון די תּלמידים.

נאמן האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז צוליב זײַן פּערזענלעכער דערפֿאַרונג האָט ער באַשלאָסן צו ווערן אַ פֿאַרטיידיקער פֿון אינוואַלידן, אַרײַנגערעכנט אויטיסטישע מענטשן, כּדי זיי זאָלן האָבן אַ מעגלעכקייט צו ווערן פֿולווערטיקע מיטגלידער פֿון דער געזעלשאַפֿט. אינעם יאָר 2006, ווען ער האָט פֿאַרענדיקט די מיטל־שול, האָט ער געגרינדעט די „נעץ פֿאַר זעלבסט־פֿאַרטיידיקונג פֿון אויטיסטן‟ (ASAN). זײַענדיק אַ 22־יאָריקער יונגערמאַן, האָט דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ אים נאָמינירט אויף אַ פּאָזיציע אין דער ספּעציעלער פֿעדעראַלע ראַט־אַגענטור, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט די פּראָבלעמען פֿון אינוואַלידן.

הײַנט איז נאמן 27 יאָר אַלט. נישט לאַנג צוריק האָט ער באַקומען פֿאַר זײַן טעטיקייט אַ פּרעמיע פֿון 100,000 דאָלאַר פֿון דער „רודערמאַן־פֿונדאַציע‟, וועלכע האָט הויך אָפּגעשאַצט זײַן ראָלע אין די ייִדישע קהילות און אין אַמעריקע בכלל, העלפֿנדיק די אינוואַלידן צו געפֿינען אַן אַרבעט און אָנגענומען צו ווערן אין דער ברייטערער געזעלשאַפֿט.

דער אַקטיוויסט האָט דערציילט, אַז אַזוי ווי אַ סך אַנדערע ייִדן, וואָס לײַדן פֿון אַזעלכע מעדיצינישע פּראָבלעמען, ווי אויטיזם, האָט ער זיך נישט אַלעמאָל געפֿילט באַקוועם אין די ייִדישע קהילות. ער האַלט, אַז אַנשטאָט צו אַנטוויקלען באַזונדערע ספּעציעלע אַנשטאַלטן פֿאַר קראַנקע קינדער, דאַרפֿן די ייִדישע קהילות פֿאָקוסירן זיך מער אויף דער אינטעגראַציע פֿון אינוואַלידן.

נאמן קלײַבט זיך הײַנט חתונה צו האָבן מיט אַ סטודענטקע פֿונעם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟. ער האָט נישט געוואָלט ענטפֿערן אויף דער פֿראַזע, צי זײַן כּלה לײַדט אויך פֿון אויטיזם. דער אַקטיוויסט האָט צוגעגעבן, אַז די פּרעמיע פֿון דער „רודערמאַן־פֿונדאַציע‟ קלײַבט ער זיך אויסצונוצן פֿאַר נײַע פּראָיעקן, וואָס וועלן העלפֿן דער סאָציאַלער אינטעגראַציע פֿון אינוואַלידן.

דינענדיק ווי דער פּרעזידענט פֿון ASAN, אַרבעט נאמן איצט אין וואַשינגטאָן. די מיטאַרבעטער פֿון דער אָרגאַניזאַציע זענען אויטיסטישע מענטשן. בעת דעם טעלעפֿאָן־שמועס, האָט ער נישט אַרויסגעוויזן קיין סימנים פֿון אויטיזם. דער אַקטיוויסט האָט דערקלערט, אַז אַ סך פֿון זײַנע קאָלעגן מיט ענלעכע דיאַגנאָזן לערנען זיך אויס פֿאַרשיידענע „נאָרמאַלע‟ פֿעיִקייטן, הגם עס קומט זיי אָן שווער און פֿאַרנעמט אַ סך כּוחות.