אויפֿן וועבזײַטל פֿון דער נאַציאָנאַלער טעלעוויזיע־נעץ PBS איז איצט אַרויף אַ נײַער פֿילם „שפּראַך איז וויכטיק‟ (Language Matters), וואָס איז כּדאַי צו זען יעדן איינעם, וואָס איז פֿאַראינטערעסירט אינעם אויפֿהיטן און אויפֿלעבן לשונות, וואָס זענען אין אַ סכּנה פֿון אונטערגאַנג.
דער באַקאַנטער פּאָעט באָב האָלמאַן פֿירט דעם צוקוקער אויף אַ רײַזע איבער דער וועלט און ווײַזט, ווי אַזוי עטלעכע פֿעלקער האָבן באַוויזן אויפֿצוהאַלטן זייערע שפּראַכן, אַפֿילו אונטער דער פּאָליטישער העגעמאָניע פֿון „וועלט־ענגליש‟. מע קען פֿון דעם אָפּנעמען אַ משל, ווי אַזוי מיר קענען פֿירן די אַרבעט פֿאַר ייִדיש — ווײַל ס׳איז קלאָר, אַז יענע פֿעלקער קענען די מלאָכה בעסער פֿון אונדז.
צום ערשט, מאַכט האָלמאַן אַ וויזיט אין אויסטראַליע, אויפֿן גאָלבורן־אינדזל, וווּ עס וווינען נאָר 400 מענטשן, אָבער זיי רעדן 10 באַזונדערע שפּראַכן. די ערשטע אײַנוווינער פֿון אויסטראַליע זײַנען געווען די אַבאָריגינען, וואָס זיי האָבן פֿאַר דער קאָלאָניזאַציע גערעדט אפֿשר 300 באַזונדערע לשונות. ווען די ענגלענדער זײַנען געקומען סוף 18טן י”ה, האָבן זיי גלײַך גענומען פֿאַרטרײַבן און אויסהרגענען די אַבאָריגינען, פֿאַרכאַפּן זייער לאַנד, און פֿאַרווערן זייערע שפּראַכן, אַזוי אַז ביזן אָנהייב 20סטן י”ה זײַנען געבליבן נאָר 150 שפּראַכן. הײַנט זײַנען פֿאַראַן בלויז 50, און אַ סך פֿון זיי שטייען פֿאַר דער סכּנה אין גאַנצן פֿאַרגעסן צו ווערן. האָלמאַן רעדט מיטן 74־יאָריקן טשאַרלי מאַנגולדאַ, וואָס ער איז דער סאַמע לעצטער רעדער פֿון דער שפּראַך אַמורדאַג. ווען טשאַרלי וועט (איבער 120 יאָר) זיך איבערפּעקלען אויף יענער וועלט, וועט ניט בלײַבן קיין זכר פֿון זײַן קולטור און שפּראַך, אַחוץ די רעקאָרדירונגען און פֿאַרצייכענונגען פֿון די לינגוויסטן.
דער ביטערער מצבֿ אין אויסטראַליע איז אַ וואָרענונג, וואָס עס קען געשען, ווען די געזעלשאַפֿט און די רעגירונג לייגן ניט גענוג אַכט אויף דער שפּראַך־פּראָבלעם. אין משך פֿון די קומענדיקע יאָרן וועלן זײַן טויזנטער אַזעלכע „טשאַרליס‟, ווײַל אין דורכשניט שטאַרבט אויס איין שפּראַך אַלע צוויי וואָכן. נאָר אַ דאַנק דער איבערגעגעבנקייט און דער אָפּגעזונדערטקייט פֿון די אַבאָריגינען אויפֿן גאָלבורן־אינדזל ווערט דערמעגלעכט, אַז זייערע 10 שפּראַכן זאָלן דערווײַל בלײַבן בײַם לעבן.
נאָכן וויזיט אין אויסטראַליע שטעלט האָלמאַן זיך אָפּ אין וויילז, אינעם מערבֿדיקן טייל פֿון בריטאַניע, וווּ דער מצבֿ איז אַ סך בעסער. די ענגלענדער האָבן קאָלאָניזירט וויילז און אַרויפֿגעצוווּנגען ענגליש ווי די אָפֿיציעלע שפּראַך אין משך פֿון איבער 400 יאָר. מיט 50 יאָר צוריק האָט מען נאָר אין די פֿאַרוואָרפֿענע דערפֿעלעך גערעדט וועלשיש, און אויך דאָרט האָט עס געהאַלטן אין אונטערגיין. אָבער אין די 1960ער יאָרן איז אויפֿגעקומען אַ שטאַרקע באַוועגוגנג פֿון דער יוגנט אויפֿצוהאַלטן וועלשיש. זיי האָבן געצוווּנגען די ענגלישע רעגירונג צו מאַכן די שילדן אויף די גאַסן צוויישפּראַכיק, און מע האָט אײַנגעפֿירט שולן, וווּ די עלטערן האָבן געהאַט די ברירה, אַז זייערע קינדער זאָלן קענען זיך לערנען אין גאַנצן אויף וועלשיש. אַ דאַנק דער נײַער פּאָליטיק, האָט וועלשיש געוווּנען נײַע דורות, אָפֿט קענען עס די קינדער בעסער ווי די עלטערן, און הײַנט ציילט מען אַ האַלבן מיליאָן וועלשיש־רעדער.
יעדעס יאָר קומט פֿאָר אַ ריזיקער וועלשיש־פֿעסטיוואַל מיט איבער אַ הונדערט טויזנט באַזוכער, מיט הונדערטער אַקטיוויטעטן פֿאַר יונג און אַלט. מיט גרויס פּאַראַד פֿירט מען דורך אַ צערעמאָניע צו קרוינען דעם בעסטן פּאָעט אויף וועלשיש — און דאָס ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ גרויסן כּבֿוד, ווײַל די וויילזער ווייסן ווי אָפּצושאַצן זייערע פּאָעטן. דער לייענער פֿרעגט זיך אפֿשר: וואָסער שרײַבער אויף וועלשיש האָט געוווּנען די נאָבעל־פּרעמיע? איז דער ענטפֿער: קיינער ניט. דער איינציקער וויילזער, וואָס האָט געוווּנען די נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור, איז געווען דער פֿילאָסאָף בערטראַנד ראָסל, וואָס ער האָט, דאַכט זיך, קיין וועלשיש ניט געקענט. נאָר פֿון דעסטוועגן, הלוואַי וואָלטן מיר ייִדן אַרויסגעוויזן פֿאַר די ייִדישע שרײַבער כאָטש אַ צענטן חלק פֿונעם ענטוזיאַזם, וואָס די וויילזער.
דעם לעצטן אָפּשטעל מאַכט האָלמאַן אין אַמעריקע, אויף די אינדזלען פֿון האַוואַיִ. דאָרט איז פֿאָרגעקומען אַן ענלעכע געשיכטע ווי אין די אַנדערע ערטער: סוף 19טן י”ה האָבן די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿאַרכאַפּט די אינדזלען, אַראָפּגעוואָרפֿן די קעניגלעכע משפּחה, וואָס האָט דאָרט רעגירט הונדערטער יאָרן, און געמאַכט ענגליש די איינציקע אָפֿיציעלע שפּראַך. כאָטש די האַוואַיער האָבן געהאַט אַ רײַכע ליטעראַטור און פּרעסע, זינט זיי האָבן איבערגענומען די לאַטײַנישע שריפֿט אין די 1820ער יאָרן, איז האַוואַיִש זייער גיך פֿאַרשטויסן געוואָרן און איז נאָך איין־צוויי דורות שוין אַרויס פֿון באַניץ. אָנהייב 1980ער יאָרן האָט געהאַלטן דערבײַ, אַז בלויז עטלעכע צענדליק יונגע־לײַט, חוץ אַ קליינער צאָל עלטערע מענטשן, האָבן נאָך געקענט רעדן האַוואַיִש.
צום גליק, האָבן זיך דעמאָלט געפֿונען אַ גרופּע יונגע אַקטיוויסטן, וואָס האָט דערזען די סכּנה, אַז אָן יונגע רעדערס איז האַוואַיִש פֿאַרמישפּט צום טויט. זיי האָבן געשאַפֿן אַ שול אויף האַוואַיִש, אָנגעשריבן די ערשטע לערנביכער פֿאַר די אַלע לימודים, און אַרײַנגעבראַכט צו לערנען מיט די קינדער אַלטע באָבעס, וואָס קיין לערן־צערטיפֿיקאַט האָבן זיי אפֿשר ניט געהאַט, אָבער רעדן גוט האַוואַיִש האָבן זיי יאָ גערעדט. די שפּראַך איז אויך אָפֿיציעל אָנערקענט געוואָרן, צוזאַמען מיט ענגליש, אין דער שטאַט־קאָנסטיטוציע פֿון האַוואַיִ, וואָס האָט אויפֿגעהויבן איר פּרעסטיזש. אַ דאַנק די דאָזיקע באַמיִונגען, האָבן לעצטנס גראַדויִרט פֿון אוניווערסיטעט די ערשטע קלאַסן פֿון יונגע־לײַט, וואָס האָבן באַקומען זייער גאַנצע מאָדערנע דערציִונג אויף האַוואַיִש. די שפּראַך איז נאָך אַלץ אין סכּנה, אָבער זי האָט אַ סך בעסערע פּערספּעקטיוון ווי מיט אַ דור פֿריִער.
מיטוואָך, דעם 21סטן יאַנואַר, איז פֿאָרגעקומען די פֿילם־פּרעמיערע פֿון „שפּראַך איז וויכטיק‟ בײַם „מוזיי פֿונעם אַמעריקאַנער אינדיאַנער‟ אין ניו־יאָרק, טאַקע ניט ווײַט פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע. דזשאָרדין קוציק און איך זײַנען אַהין געגאַנגען און אַפֿילו באַוויזן צו כאַפּן אַ קורצן שמועס מיטן פֿילם־פּראָדוצענט, דוד גרובין. עס פֿאַרשטייט זיך, אַז דער פּראָדוצענט און האָלמאַן אַליין זײַנען ביידע ייִדן; זיי האָבן אויך פֿאַרבעטן אונדזער פֿרײַנד שיין בייקער אויפֿצוטרעטן בײַם סוף פֿון דער פּראָגראַם. פֿון דעסטוועגן, ווען איך האָב גרובינען פֿאָרגעלייגט, אַז מע זאָל שאַפֿן אַזאַ פֿילם וועגן ייִדיש, ווי ער האָט געמאַכט פֿאַר וועלשיש און האַוואַיִש, האָט ער געענטפֿערט, אַז מע דאַרף אים געבן ניט בלויז אַ שיינעם פֿאָרלייג, נאָר אויך געלט — און אַ סך געלט. דאָס איז אפֿשר געווען אַ העפֿלעכער אופֿן צו זאָגן „טשעפּעט זיך פֿון מיר אָפּ, יונגערמאַן!‟, אָבער אפֿשר אויך אַן אָנווײַז, אַז דער פּלאַן איז ניט קיין שלעכטער.
וואָס קענען מיר אַרויסדרינגען פֿון דעם פֿילם „שפּראַך איז וויכטיק‟, וואָס מיר ווייסן שוין ניט אויפֿן סמך פֿון פּראָפֿ׳ שיקל פֿישמאַנס אַרטיקלען אין „פֿאָרווערטס‟ אין משך פֿון אַ סך יאָר? אַוודאי, גאָרניט. אָבער עס שאַט ניט איבערצוחזרן דעם אַלטן פּיזמון, ספּעציעל, ווען דער פֿילם ווײַזט עס אַרויס אַזוי באַשײַמפּערלעך. כּדי אַ שפּראַך זאָל אַריבערגיין צו נײַע דורות, דאַרף זי האָבן אַ געוויסע פּאָליטישע אָדער געזעלשאַפֿטלעכע אָנערקענונג — אַזוי וואָלט ייִדיש געדאַרפֿט האָבן אין ברוקלין, למשל, וואָס איז זײַן גרעסטער דעמאָגראַפֿישער צענטער. אַ שפּראַך דאַרף אויך ווערן דאָס הויפּט־לערנמיטל פֿאַר קינדער, וואָס זיי פֿאַרנעמען זיך מיט איר טאָג־טעגלעך אויף אַן אינטענסיוון אופֿן. אַפֿילו אונדזערע חסידים לערנען ניט די לימודי־חול אויף ייִדיש, אַזוי ווי עס האָבן געטאָן די ייִדישע שולן אין אייראָפּע פֿאַר דער מלחמה, און דאָס שוואַכט אָפּ זייערע שפּראַך־קענטענישן אויף אַ סך געביטן. מע דאַרף שאַפֿן אַ נײַעם (אַלטן) מין ייִדישע שול, וואָס זאָל אַרומנעמען דאָס גאַנצע קינד, אַזוי ווי די וויילזער און האַוואַיער האָבן עס געטאָן מיט אַזוי פֿיל הצלחה — און אין אָנהייב, אָן קיין הילף פֿון דער מלוכה. פֿאַר דעם פֿאָדערט זיך דאָס זעלבע, ווי ס’איז געווען בײַ זיי: אַ צאָל איבערגעגעבענע יונגע אַקטיוויסטן, וואָס זײַנען גרייט אַרײַנצולייגן די נייטיקע אַרבעט און צו שיקן אַהין זייערע קינדער זיך לערנען. די אַקטיוויסטן האָבן מיר; די לערנביכער אויך, נאָר — קיין קינדער האָבן מיר דערווײַל ניט.
אַן אויסצוג פֿונעם פֿילם:
כּדי צו זען דעם גאַנצן פֿילם, דאַרף מען קוקן אויפֿן וועבזײַטל פֿון PBS:
//video.pbs.org/video/2365391566
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.