די פּאָרטוגאַלישע רעגירונג האָט אָנגענומען אַ געזעץ, לויט וועלכן געוויסע ספֿרדיש־שטאַמיקע ייִדן וועלן קאָנען ווערן בירגער פֿון פּאָרטוגאַל.
דאָנערשטיק, דעם 29סטן יאַנואַר, האָט דער פּאָרטוגאַלישער מיניסטאָרן־ראַט גוטגעהייסן דעם געזעץ־פּראָיעקט. די ייִדישע קהילה פֿון פּאָרטאָ, די צווייט־גרעסטע שטאָט אינעם לאַנד, האָט איבערגעגעבן, אַז אין פֿעברואַר וועט מען פֿאַרעפֿנטלעכן די פּרטים פֿונעם נײַעם געזעץ.
דער פּאַרלאַמענט האָט אָנגענומען דעם געזעץ־פּראָיעקט אינעם יאָר 2013. פאַרטוגאַל איז געוואָרן דאָס איינציקע לאַנד אין דער וועלט, אַחוץ ישׂראל, וווּ ייִדן האָבן אַ ספּעציעל אומקער־רעכט. שפּאַניע קלײַבט זיך אָנצונעמען אין גיכן אַן ענלעכן געזעץ.
אינעם 14טן און 15טן יאָרהונדערט, זענען די ייִדן אַנטלאָפֿן אָדער פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון שפּאַניע און פּאָרטוגאַל צוליב די רדיפֿות מצד דער קאַטוילישער אינקוויזיציע. אינעם יאָר 1496 האָט דער פּאָרטוגאַלישער קיניג מאַנועל דער ערשטער באַפֿוילן, אונטערן דרוק פֿון דער שפּאַנישער קיניגרײַך, אַז אַלע ייִדן מוזן זיך שמדן אָדער פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד.
אין ביידע לענדער, ווערן די נײַע געזעצן באַטראַכט ווי אַ מין תּשובֿה פֿאַר די אינקוויזיציע־רדיפֿות. כאָסע אולמאַן קאַרפּ, דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה אין ליסאַבאָן, האָט דערקלערט, אַז די בירגערשאַפֿט־קאַנדידאַטן מוזן ברענגען אַ ראיה, אַז זייער משפּחה שטאַמט פֿון פּאָרטוגאַל און האָט אַ קולטורעל שײַכות צו דעם לאַנד. די ייִדישע קהילה אין ליסאַבאָן אָדער פּאָרטאָ מוז באַשטעטיקן דעם אָרטיקן אָפּשטאַם.
פּאַולאַ טיישייראַ דאַ קרוז, די יוסטיץ־מיניסטאָרין פֿון פּאָרטוגאַל, האָט דערקלערט, אַז ס׳איז אוממעגלעך מתּקן צו זײַן דעם אַמאָליקן היזק, וואָס די אינקוויזיציע האָט געבראַכט דער ייִדישער קהילה. לויט אירע ווערטער, איז דער נײַער געזעץ נישט אַ פֿאָרעם פֿון רעפּאַראַציע, נאָר אַן אָנערקענונג פֿון רעכט.
מיכאל ראָטוועל, אַ דעלעגאַט פֿון דער ייִדישער קהילה אין פּאָרטאָ, האָט געזאָגט, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע באַטראַכט דעם נײַעם געזעץ ווי אַ „אַקט פֿון יושר‟ און ווי אַ וויכטיקן שריט אויפֿן וועג צום תּיקון פֿון דער אַמאָליקער פֿינצטערער געשיכטע. די ייִדישע קהילה אין פּאָרטאָ איז זיך משער, אַז די באַשטעטיקטע קאַנדידאַטן וועלן קאָנען באַקומען די בירגערשאַפֿט במשך פֿון עטלעכע חדשים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.