דער פֿירנדיקער רבנישער בילדונג-אַנשטאַלט פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג פּלאַנירט צו פֿאַרקויפֿן דאָס רעכט צו בויען אויף זײַן היסטאָרישן שטח אינעם צפֿון־מערבֿדיקן טייל פֿון מאַנהעטן. דעם רווח וועט מען אויסנוצן, כּדי אויפֿצובויען אַ נײַע ביבליאָטעק און אַ קאָנפֿערענץ־צענטער.
דער „ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר‟ האָט זיך פֿאַרבונדן מיט מעגלעכע קונים, וואָס זענען פֿאַראינטערעסירט אין צוויי וווין־בנינים און דאָס „לופֿט־רעכט‟ אַרום דעם הויפּט־קאַמפּוס, וואָס וועלן דערלויבן צו בויען העכערע הײַזער אויפֿן שטח פֿון 270,000 קוואַדראַט־פֿוס. אַחוץ דער ביבליאָטעק און דעם קאָנפֿערענץ־צענטער, פּלאַנירט מען אויך צו שאַפֿן אַ נײַעם וווין־בנין פֿאַר די סטודענטן.
אַרנאָלד אײַזען, דער קאַנצלער פֿונעם סעמינאַר, האָט איבערגעגעבן דעם Forward, אַז מיט די נײַע בוי־פּלענער וויל די פֿאַרוואַלטונג פֿאַרזיכערן די צוקונפֿט פֿונעם בילדונג־אַנשטאַלט. ער האָט באַטאָנט, אַז במשך פֿון צענדליקער קומענדיקע יאָרן וועט זײַן אַקאַדעמישער צענטער בלײַבט אַ גרויסער יסוד פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן.
איין וווין־בנין, אויפֿן נאָמען פֿון האָראַס גאָלדסמיט, מיט 40 דירות פֿאַר סטודענטן און אַספּיראַנטן, וואָס מע פּלאַנירט צו פֿאַרקויפֿן, געפֿינט זיך לעבן דעם הויפּט־קאַמפּוס. אינעם צווייטן בנין, וואָס געפֿינט זיך מיט אַ פּאָר גאַסן ווײַטער און טראָגט דעם נאָמען פֿון מאַטילדע שעכטער, געפֿינען זיך 68 סטודענטישע דירות.
זינט דעם פֿינאַנציעלן קריזיס, וועלכער איז אויסגעבראָכן אין 2008, איז דער „ייִדישער טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ געווען אויף צרות. אינעם יאָר 2010 האָט מען געמוזט אָפּשאַפֿן אַ צאָל וויכטיקע פּאָזיציעס אין דער חזנות־שול, כּדי אויסצומײַדן אַ 3.8־מיליאָניקן בודזשעט־דעפֿיציט. דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר, האָט מען אָפּגעשטעלט אַ צאָל אַקאַדעמישע פּראָגראַמען. דער אַלגעמיינער בודזשעט פֿונעם סעמינאַר בלײַבט אַ סוד.
מיט עטלעכע טעג איידער דער רבנישער אַנשטאַלט האָט מפֿרסם געווען די פֿאַרקויף־פּלענער, האָט די צענטראַלע דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג, די „פֿאַראייניקטע סינאַגאָגע‟, איבערגעגעבן, אַז זי קלײַבט זיך צו פֿאַרקויפֿן איר הויפּט־שטאַב אין מאַנהעטן צוליב געלט־צרות.
אײַזען האָפֿט, אַז די פּלאַנירטע ענדערונגען וועלן פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ. לויטן פּלאַן, וועלן די נײַע צוויי בנינים שטיין אויפֿן אָרט פֿון דער אַלטער ביבליאָטעק. דער קאַנצלער האָט צוגעגעבן, אַז די נײַע ביבליאָטעק וועט דערמעגלעכן אָפּצוהיטן בעסער די פּרײַזלאָזיקע זאַמלונגען פֿון זעלטענע ביכער, און וועט העלפֿן דעם ברייטערן עולם צו באַקומען גרינגער אַ צוטריט צו די דאָזיקע אוצרות.
דערווײַל ווייסט מען נישט, וווּ מע פּלאַנירט אויפֿצושטעלן דעם נײַעם וווינונג־הויז. אײַזען האָט דערקלערט, אַז דאָס איצטיקע הויז פֿאַר די סטודענטן פֿון ערשטע קורסן זעט אויס פֿאַרעלטערט; ער האָפֿט, אַז די נײַע דירות וועלן צוציִען מער תּלמידים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.