יעדעס יאָר טײלט די אױסטראַלישע רעגירונג אױס אױסצײכענונגען צװישן אירע בירגער, װעלכע האָבן באַדינט דער געזעלשאַפֿט אױף אַן אױסערגעװײנטלעכן אופֿן, אינעם טאָג פֿונעם 26סטן יאַנואַר, און אױך אינעם טאָג פֿון דעם קיניגינס געבורטסטאָג אין יוני. אױסטראַליע־טאָג איז דער טאָג, װען אױסטראַליע דערמאָנט דאָס לאַנדן אין סידנעי פֿון דעם ערשטן בריטישן ים־פֿלאָט מיט העכער 200 יאָר צוריק. צװישן די געפֿאַנגענע איז געװען אַן ערך אַ מנין ייִדן — די ערשטע אױסטראַלישע ייִדן. הײַיאָר האָבן כּמעט 30 ייִדן געװוּנען די אױסצײכענונגען פֿון „אױסטראַליע-טאָג‟, צװישן זײ — דאָקטױרים, שרײַבער, געזעלשאַפֿטלעכע טוער, טענצערינס, פֿילאַנטראָפּן און געשעפֿטס־לײַט.
ייִדן זײַנען אָנערקענט געװאָרן צװישן די 100 „הײסטע‟ מוזיקער אין אַן אױסטראַלישן ראַדיאָ־קאָנקורס, װאָס האָט דערלױבט די צוהערער איבער גאָר דער װעלט צו באַשטימען, װעלכע מוזיקער פֿון גאָר דער װעלט האָבן די גרעסטע מאָס צוציִונגס־קראַפֿט. מער װי 2 מיליאָן מענטשן האָבן געשטימט.
נומער זעקס פֿון די הונדערט דערװײלטע האָט באַקומען דער בריטישער ייִד מאַרק ראָנסאָן, אַ זינגער, אַ פּראָדוסער און אַ „די־דזשײ‟. גדעון בענסען (פֿון סידנעי) און זײַן אינדי־קאַפּעליע, „דע פּריטשערס‟, זײַנען די 29סטע אין דער ליסטע. דער סידנעיער „די־דזשײ‟, עליסאָן װאָנדערלאַנד (עליסאָן שאָלער) איז נומער 37. די מעלבורנער קאַפּעליע „דזשעפּעניז־װאָלפּײפּער‟ — נומער 97.
דאָס שול־יאָר 2015 האָט זיך אָנגעהױבן אין אױסטראַליע, און בײַ די ייִדישע טאָגשולן אין די גרעסערע שטעט. בײַ פֿיל פֿון זײ איז מען ממשיך אָדער מע הײבט אָן נײַע פּראָגראַמען פֿאַר דער פֿאָלקשול, װוּ די קינדער באַנוצן זיך מיט „אײַ־פּעדס‟ אין אַלע לימודים. בײַ אַלע ייִדישע טאָגשולן מעלדעט מען נײַע פּראָגראַמען, װעלכע דאַרפֿן באַרײַכערן דאָס לערנען פֿאַר אַלע קינדער.
דער מעלבורנער ייִדישער מוזעום האָט געמאָלדן אַ רײ קורסן פֿאַר דערװאַקסענע, װעלכע װעלן פֿאָרקומען אין זײַן לאָקאַל אין דער פֿאָרשטאָט סיינט קילדאַ, און װעלכע װעלן זיך ענדיקן פֿאַר פּסח. די קורסן נעמען אַרום די טעמעס „די תּורה דורך דער צײַט‟ און „1000 יאָר ייִדישן געדאַנק‟.
אַ גרופּע ייִדן איז געפֿאָרן פֿון נאָענט און פֿון װײַט קײן באַלאַראַט דעם ערשטן שבת אין חודש פֿעברואַר, װוּ זײ האָבן געדאַװנט, געמאַכט קידוש און געהערט אַ שיעור. נאָך אַזעלכע שבתים װעלן פֿאָרקומען במשך פֿונעם יאָר 2015.
די ייִדישע װאָכנשריפֿט „די אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟ איז אַרױסגעװאַקסן, צװישן אַנדערע, פֿון דער סידנעיער צײַטונג „די היברו סטאַנדאַרד‟, װאָס איז ערשט אַרױס אין נאָװעמבער 1895. די צײַטונג האָט געביטן איר נאָמען פֿיל מאָל במשך פֿון די יאָרן. זי האָט זיך פֿאַראײניקט מיט דער מעלבורנער װאָכנשריפֿט „די אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟, װאָס איז דעמאָלט אַרױס סײַ אין ייִדיש, סײַ אין ענגליש, אין 1990. אַ נײַ בוך װעגן דער געשיכטע פֿון דער צײַטונג װעט אַרױס אין געצײלטע װאָכן אַרום. די צײַטונג װעט אױך זײַן אַ ספּאָנסער פֿונעם הײַיאָריקן „אין אײן קול‟־קאָנצערט אין מעלבורן אין מאַרץ לכּבֿוד אירע 120 יאָר. זי װעט דערצו אײַנפֿירן ספּעציעלע פֿאָרומס אין מעלבורן און אין סידנעי נאָך די הײַיאָריקע װאַלן אין מדינת־ישׂראל, אַ רעפֿעראַט װעגן דער מעדיאַ און אױסצײכענונגען פֿאַר שרײַבער און פֿאַר ספּאָרטלער.
אַ גרופּע פֿאָרשטײער פֿונעם „ועד הרבנים‟ פֿון אױסטראַליע (דאָס הײסט, פֿון אױסטראַליע און פֿון נײַ־זילאַנד) האָט זיך געטראָפֿן מיטן פּרעמיער־מיניסטער פֿון אױסטראַליע און קאַנבערע צום ערשטן מאָל. זײ האָבן גערעדט װעגן מעגלעכקײטן װי אַזױ צו דערנענטערן די רעגירונג צו דער רעליגיעזער אָנפֿירערשאַפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.