וואַרשע. — דער פּלויט פֿון אַ ייִדישן בית־עולם אין וואַרשע — איינער פֿון די גרעסטע בית־הקבֿרות אין גאַנץ אייראָפּע — איז וואַנדאַליזירט געוואָרן.
דער אַטאַק אויפֿן בית־עולם אויף דער אָקאָפּאָווע־גאַס איז פֿאָרגעקומען שבת, און מע האָט עס אַנטדעקט מיט אַ טאָג שפּעטער. ביזן הײַנטיקן טאָג באַערדיקט מען דאָרט מענטשן.
מיט רויטער שפּריצפֿאַרב האָט עמעצער פֿאַרשמירט דעם פּלויט מיט די ווערטער „ייִדן פֿאַר שחיטה‟ און די דאַטע „10.12.14‟. דאָס איז די דאַטע, ווען דער פּוילישער קאָנסטיטוציע־טריבונאַל האָט געפּסקנט, אַז דער פֿאַרווער קעגן כּשרער שחיטה שטימט נישט מיט דער קאָנסטיטוציע. אויך דער טויער פֿונעם בית־עולם איז פֿאַרשמירט געוואָרן מיט געלער פֿאַרב.
ווען דער דירעקטאָר פֿונעם בית־הקבֿרות, פּשעמיסלאַוו שפּילמאַן, האָט אַנטדעקט דעם וואַנדאַליזם, האָט ער עס תּיכּף געמאָלדן דער פּאָליציי. שפּילמאַן האָט געזאָגט, אַז ער ווייסט נישט, צי דער וואַנדאַליזם איז „אַן אָפּטו פֿון אומדערוואַקסענע כוליגאַנעס אָדער אַ פּאָליטישע אַקציע‟.
„אַזוינע אינצידענטן קומען פֿאָר זעלטן,‟ האָט ער איבערגעגעבן דער ייִט״אַ. „אין 2013 האָט עמעצער פֿאַרשוועכט די וואַנט פֿון בית־עולם מיט אַ האַקנקרייץ, אָבער במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 12 יאָר איז קיין מאָל נישט פֿאָרגעקומען אַ וואַנדאַליזם פֿון אַזאַ סאָרט.‟
„ווייניקער ווי אַ וואָך נאָך דעם 70סטן יאָרטאָג פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון אוישוויץ־בירקענאַו, דאַרפֿן מיר זיך פֿאַרנעמען מיט אַקציעס פֿון שׂינאה קעגן ייִדן,‟ האָט באַמערקט אַנאַ כיפּטשינסקאַ, די פּרעזידענטין פֿון דער וואַרשעווער קהילה. „דער זאָג ׳ייִדן פֿאַר שחיטה’ איז נישט בלויז אַ דערנידעריקונג, וואָס די געזעלשאַפֿט טאָר נישט איגנאָרירן, נאָר אויך אַ רוף צו בלוט־פֿאַרגיסונג און דראָונגען, וואָס מיר דאַרפֿן זיך אַלע היטן דערפֿון.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.