(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דער „טעאַטראַלער ליבעראַליזם‟ האָט זיך באַװיזן אױף דער ניו־יאָרקער בינע פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה, װען די מוזיקאַלישע קאָמעדיעס האָבן פֿאָרגעשטעלט אַן אױסגעחלומטע װעלט, װוּ אַ מענטש האָט געקאָנט ענדערן זײַן פּערזענלעכקײט און װערן גליקלעך אין דער געזעלשאַפֿט. אַזאַ מין לעבנס־פֿילאָסאָפֿיע איז קריטיקירט געװאָרן אין די 1940ער יאָרן, בפֿרט אין די פּיעסעס פֿון אַרטור מילער. ער האָט געהאַלטן, אַז יעדער „אָנשטעל‟ איז אַ ליגן און פֿאַרראַט. אַ מענטש דאַרף בלײַבן געטרײַ זײַן אײגענעם „איך‟, און ניט פּרוּװן זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר עמעצן אַן אַנדערן. מילער האָט געגלייבט אין זײַן שליחות װי אַ „פֿאַרמיטלער צװישן די ייִדן און אַמעריקע, און צװישן די אַמעריקאַנער גופֿא‟. זײַן אײגענע ייִדישקײט האָט אים געדינט פֿאַר אַ קװאַל פֿון דער אַלמענטשלעכער פּראָבלעמאַטיק, װאָס ער האָט באַהאַנדלט אין זײַנע פּיעסעס, קודם־כּל, אין „דער טױט פֿון אַ קאָמיװאָיאַזשאָר‟.
עטנישקײט קומט אױף װי אַ טעמע און אַ פּראָבלעם אױף דער אַמעריקאַנער בינע ערשט אין די סוף 1950ער יאָרן. עס איז מערקװירדיק, אַז לכתּחילה האָט די „װעסט־סײַד־געשיכטע‟ פֿאַרטראַכט געװאָרן װי אַ מעשׂה מיט ייִדישע און קאַטױלישע העלדן, אָבער שפּעטער האָבן די ייִדישע מחברים באַשלאָסן צו פֿאַרשאַרפֿן דעם סאָציאַלן פֿאָקוס און באַהאַנדלען די אַקטועלע פּראָבלעם פֿון די עטנישע יוגנטלעכע גאַסן–מחנות. די אױסגעשפּראָכן-„ייִדישע‟ טיפּן האָבן זיך באַװיזן אױף דער בינע נאָך שפּעטער, אינעם באַרימטן מוזיקל „דער פֿידלער אױפֿן דאַך‟. דאָ האָט מען, צום ערשטן מאָל, פֿאָרגעשטעלט די ייִדישע „אידענטיטעט‟ װי אַ באַשטאַנדטײל פֿון דער גרױסער אַמעריקאַנער געשיכטע. צוליב דעם האָט מען „איבערגעשריבן דעם עבֿר, כּדי אָפּצושפּיגלען די געשיכטע פֿונעם ייִדישן דערפֿאָלג‟ לױטן אַמעריקאַנער שטײגער. מען האָט באַפֿעלקערט דאָס מיזרח־אײראָפּעיִשן שטעטל מיט פּערסאָנאַזשן, װאָס זײַנען שױן געװען האַלב־געבאַקענע אַמעריקאַנער. אַזױ אַרום איז דאָס שטעטל געװאָרן אַ „געבורטסאָרט פֿון אַמעריקאַנער ליבעראַלע װערטן‟.
די הײמישע ייִדן, װאָס גלייבן אין הומאַניזם און בירגערלעכער גלײַכבאַרעכטיקײט, זײַנען מסוגל צו װערן גוטע אַמעריקאַנער. אַזױ אַרום איז דער „טעאַטראַלער ליבעראַליזם‟ בדיעבֿד אַרײַנגעפֿלאַנצט געװאָרן אינעם האַרטן באָדן פֿון דער אַלטער הײם, און די ייִדן זײַנען פֿאָרגעשטעלט געװאָרן װי עכט־סאַמעראָדנע אַמעריקאַנער.
צום שלוס, קומט אַנדרעאַ מאָסט צו אַזאַ אױספֿיר: „דער טעאַטראַלער ליבעראַליזם לײגט ניט פֿאָר קײן אײנציקע דעפֿיניציע פֿונעם ייִדישן ליבעראַלן ׳זיך׳, נאָר דעם סאַמע װיכּוח װי דער יסוד פֿונעם ייִדישן ליבעראַליזם‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.