„צו װאָס קומט צו ניץ דער טעאַטער מיט די אָנשטעלן?‟ — פֿרעגט מיכל מצבֿה, דער העלד פֿון ישׂראל אַקסנפֿעלדס ראָמאַן, „שטערנטיכל‟, דער ערשטער ייִדישער ראָמאַן; מיכל מצבֿה פֿרעגט עס בײַ זײַן עלטערן חבֿר אָקסמאַן, װען יענער האָט אים גענומען צו זען אַ טעאַטער־שפּיל אין דער שטאָט ברעסלע. אָקסמאַן דערקלערט: „קומט דאָך דער טעאַטער צו ניץ בעסער פֿון אַ בעל־דרשנס מוסר זאָגן. דאָ, אינעם טעאַטער בשעת מען האָט הנאה פֿון די אָנשטעלן, פּעקלט מען אַרײַן מוסר, איטלעכן, װאָס זעען און װאָס הערן, אין האַרצן אַרײַן, און אַ ראיה, אַז גוט איז ענלעך צו זײַן און גוטע לײַט צו פֿאָלגן גײט תּמיד אױס צו גוטן.‟ די דאָזיקע חכמה קריצט זיך אַרײַן אין מיכלס מוח, און װען ער קומט צוריק אין חסידישן שטעטל מעזשבעזש, נוצט ער די קונצן, װאָס ער האָט אױסגעלערנט אינעם דײַטשישן טעאַטער אין ברעסלע; אױף אַזאַ אופֿן אַנטבלױזט ער די פֿױלע שטיק פֿונעם חסידישן רבין.
פֿאַר אַקסנפֿעלדן און אַנדערע משׂכּילישע שרײַבער האָט דער טעאַטער געדינט װי אַ װיכטיקער מיטל פֿון דערציִונג, סאַטירע און פּראָפּאַגאַנדע. די בלי־תּקופֿה פֿאַר ייִדישן טעאַטער איז געקומען מיט אַ האַלבן יאָרהונדערט שפּעטער, אין אײראָפּע און אַמעריקע פֿון סוף–19טן און אָנהײב־20סטן יאָרהונדערט. נאָך שפּעטער, אין די 1920ער–1930ער יאָרן האָבן די ייִדן שױן פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט אינעם אַמעריקאַנער טעאַטער אױף ענגליש. זײער בײַטראָג אין דער אַמעריקאַנער טעאַטער־קולטור װערט באַהאַנדלט אינעם נײַעם בוך פֿון פּראָפֿעסאָר אַנדרעאַ מאָסט (טאָראָנטאָ־אוניװערסיטעט) „טעאַטראַלער ליבעראַליזם: ייִדן און פּאָפּולערע פֿאַרװײַלונג אין אַמעריקע‟. און כאָטש די מחברין דערמאָנט ניט אַקסנפֿעלדס בײַטראָג, לאָזט זיך איר טעזיס באַטראַכטן װי אַ המשך פֿון די אידעען, װאָס די מיזרח־אײראָפּעיִשע משׂכּילים האָבן אַרױסגעזאָגט מיט קנאַפּע צװײ הונדערט יאָר צוריק.
מאָסט האַלט, אַז דער „טעאַטראַלער ליבעראַליזם‟ האָט דערמעגלעכט צו באַפֿרײַען די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט פֿון די פּענטעס פֿון סטאַטעטשנע מינהגים און אַלטפֿרענקישע מידות. די ייִדישע טעאַטער־לײַט האָבן, װי די משׂכּילים אַ מאָל, געדרשנט די נײַע „תּורה‟ פֿון ליבעראַלע װערטן; דער עיקר, פֿונעם „טעאַטראַלן ליבעראַליזם‟ איז, אַז דער יחיד זאָל זיך פֿילן פֿרײַ פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן דרוק: „צו זײַן װער דו װילסט, צו שפּילן די ראָלע װאָס דו װילסט, און צו קענען ענדערן דײַן אידענטיטעט אַזױ גרינג װי דו בײַטסט דײַנע בגדים‟. מאָסט איז אױסן צו דערװײַזן, אַז דװקא די ייִדישע דראַמאַטורגן, רעזשיסאָרן, אַקטיאָרן, מוזיקער, זײַנען געװען די סאַמע אַקטיװע כּוחות אין דער דאָזיקער באַװעגונג. די פּיעסעס פֿון אַרטור מילער, די לידער פֿון אירװינג בערלין, דאָס שפּילן פֿון זעראָ מאָסטעל האָבן געשאַפֿן, אױף דער בינע און אױף דעם עקראַן, אַ נײַע װעלט פֿון פֿרײַע ברירות און אָפֿענע מעגלעכקײטן. די דאָזיקע אױסגעטראַכטע רעאַליטעט איז געװען אַנדערש פֿון דער ממשותדיקער אַמעריקע מיט אירע קאָנסערװאַטיװע מידות און השׂגות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.