ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

אַרטור האָפֿמאַן
אַרטור האָפֿמאַן

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published February 03, 2015, issue of February 23, 2015.

אינטערוויו מיט ייִדישן כּלל־טוער אַרטור האָפֿמאַן

אַרטור האָפֿמאַן, דער פֿאָרזיצער פֿונעם קולטור-געזעלשאַפֿטלעכן פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן, איז געווען צו גאַסט בײַ דער גרויסער פּוילישער צײַטונג „זשעטצפּאָספאָליטאַ‟.

„צי קענען זיך די ייִדן פֿילן הײַנט זיכער אין אייראָפּע?‟ — איז געווען די ערשטע פֿראַגע פֿון דער רעדאַקציע.

„אַבסאָלוט נישט! — האָט האָפֿמאַן געענטפֿערט — די אַנטיסעמיטישע טעראָריסטן וועלן תּמיד געפֿינען אַ תּירוץ, צו באַפֿאַלן די ייִדן. אין פֿראַנקרײַך זענען די לעצטע קרבנות פֿון טעראָר געווען פֿראַנצויזן בכלל און פֿראַנצויזישע ייִדן בפֿרט.‟

אויף דער פֿראַגע, צי די ייִדן וועלן איצט עמיגרירן פֿון פֿראַנקרײַך, האָט אַרטור האָפֿמאַן באַטאָנט, אַז „די ייִדן אין פֿראַנקרײַך לײַדן שוין אַ לאַנגע צײַט פֿון אַנטיסעמיטישע אָנפֿאַלן. ביז איצט האָט מען פּשוט ווייניק גערעדט וועגן דעם; אָבער די ייִדישע שולן און געשעפֿטן פֿילן דעם טעראָר שוין יאָרן לאַנג. אין פֿראַנקרײַך איז מען אין די לעצטע יאָרן באַפֿאַלן די ייִדן אויף דער גאַס נאָר ווײַל זיי האָבן געטראָגן אַ יאַרמלקע אויפֿן קאָפּ‟ — דערמאָנט האָפֿמאַן.

„און ווי האַלט דער מצבֿ פֿון די ייִדן אין פּוילן?‟ — האָט די פּוילישע צײַטונג געוואָלט וויסן.

„די ייִדן אין פּוילן — זאָגט האָפֿמאַן — קענען טראָגן יאַרמלקעס אויף דער גאַס אָן מורא. אין פּוילן זעען מיר נישט קיין פֿיזישע אַטאַקעס אויף ייִדן. דער הײַנטיקער פּוילישער אַנטיסעמיטיזם איז מער אַן אינטערנעט־פֿענאָמען. איר קענט אויך זען אַנטיסעמיטן אויף די פֿוסבאַָל־סטאַדיאָנען. צום גליק, קעמפֿט די פּוילישע מאַכט קעגן די דאָזיקע דערשײַנונגען‟, — זאָגט האָפֿמאַן.

אויף דער פֿראַגע, צי ער אַליין לײַדט פֿון אַנטיסעמיטיזם, האָט אַרטור האָפֿמאַן געענטפֿערט, אַז געליטן האָט ער מער אונטער דער קאָמוניסטישער מאַכט. אין 1978 האָט מען אים פֿאַרווערט צו לערנען זיך פּּאָליטאָלאָגיע אין אוניווערסיטעט. בײַ די קאָמוניסטן איז פּאָליטאָלאָגיע געווען אָפֿן נאָר פֿאַר גויים.‟

אינעם אינטערוויו דערמאָנט האָפֿמאַן אַ טענה, וואָס מען הערט אין פּוילן אָפֿט מצד די אַנטיסעמיטן, דהײַנו, אַז אַ סך ייִדן האָבן געאַרבעט פֿאַר דער סטאַליניסטישער געהיים־דינסט. מען פֿאַרגעסט אָבער, אַז „די ייִדן זענען געווען אויך די קרבנות פֿון סטאַליניזם‟ — דערמאָנט אַרטור האָפֿמאַן. אַ סך פּויליש־ייִדישע אָפֿיצירן זענען דערמאָרדעט געוואָרן אין קאַטין.

צוויי גרינבערגס אויפֿן פֿעלד פֿון פּוילישער קולטור

הענריק גרינבערג איז אַ פּוילישער-ייִדישער שרײַבער, געבוירן 1936 אין וואַרשע. גרינבערג און זײַן מאַמע זענען די איינציקע ניצול־געבליבענע פֿון זייער משפּחה. נאָך דער מלחמה האָט ער געשפּילט אינעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער. בשעת אַ גאַסטראָל אין אַמעריקע אין יאָר 1967, האָט ער באַשלאָסן זיך צוריק נישט אומקערן.

הענריק גרינבערג איז הײַנט איינער פֿון די באַקאַנטסטע פּוילישע שרײַבער אויף דער וועלט. אַ דאָקומענטאַר-פֿילם וועגן זײַן טאַטן האָט געמאַכט אַ געוואַלדיקן רושם אין פּוילן. אינעם פֿילם זוכט גרינבערג דאָס געביין פֿון זײַן טאַטן. די קאַמערע ווײַזט, ווי ער געפֿינט טאַקע די ביינער. דער מת האַלט נאָך אַלץ אין דער האַנט אַ פֿלאַש מילך. דער טאַטע איז געקומען צו אַ פּויער נעמען מילך פֿון זײַן קו, וואָס יענער האַלט. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער פּויער האָט דערהרגעט דעם טאַטן, כּדי צונעמען בײַ אים די קו.

ווי מיר האָבן באַריכטעט, איז אין פּוילן לעצטנס אַרויס אַ בוך פֿון אַן אַנדער גרינבערג, מאַרטשין גרינבערג (נישט קיין קרובֿ), אונטערן טיטל „איך באַשולדיק אוישוויץ‟. דאָס בוך איז אַ זאַמלונג פֿון אינטערוויוען מיט זין און טעכטער פֿון די ניצול-געבליבענע.

הענריק גרינבערג האָט טענות צו מאַרטשין גרינבערג, וואָס שייך די ייִדישע אויסדרוקן אינעם בוך.

מיר האָבן דערמאָנט ענלעכע פּראָבלעמען אין אַ סך ביכער און פֿילמען וועגן דעם חורבן. די שרײַבער און סצענאַריסטן ווילן שאַפֿן אַן אויטענטישע אַטמאָספֿער און זייערע העלדן נוצן ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן. די צרה איז, אַז דאָס ייִדיש קומט אַרויס אַ ביסל טערקיש. אָבער ס‘רובֿ מחברים אַרט עס נישט. זיי האַלטן, אַז במילא פֿאַרשטייט כּמעט קיינער נישט קיין ייִדיש, און זיי אַרבעטן זיך נישט איבער, אַז די שפּראַך זאָל זײַן אויטענטיש. זיי קאָנסולטירן זיך נישט בײַ עקספּערטן אָדער, זאָל גאָט מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד, ווענדן זיך צו די כּלומרשט ייִדיש-עקספּערטן, וואָס ווייסן אַ קרענק.

הענריק גרינבערג האָט זיך באַקלאָגט וועגן אָט דעם ענין אין אַן אַרטיקל, וואָס ער האָט אָפּגעדרוקט אינעם בכּבֿודיקן אינטערנעט־זשורנאַל KULTURA LIBERALANA.

גרינבערג ציטירט טעותים פֿונעם בוך:

„דער טאַטע האָט גערעדט מיט מיר אויף ענגליש, כּדי ער זאָל נישט אויסזען ווי אַ גרונער‟. אַ נײַער אימיגראַנט איז אַ „גרינער‟, נישט קיין „גרונער‟, באַקלאָגט זיך גרינבערג.

מען זאָגט נישט „קוש מיר תּחת‟, נאָר „קוש מיר אין תּחת‟, שרײַבט ער ווײַטער.

GEZYNECHAJT איז א וואָרט, וואָס עקזיסטירט בכלל נישט אין ייִדיש, באַקלאָגט זיך הענריק גרינבערג. מען דאַרף שרײַבן „געזונטערהייט‟; און נאָך און נאָך. לאָמיר האָפֿן, אַז כאָטש אין דער ענגלישער אויסגאַבע פֿון מאַרטשין גרינבערגס בוך וועט מען נישט איבערחזרן די און אויך אַנדערע גרײַזן.

פֿראַגמענט פֿון אַ ספֿר־תּורה פֿונעם 18טן יאָרהונדערט אַנטדעקט געוואָרן

די פּוילישע טעלעוויזיע האָט נאָר וואָס באַריכטעט וועגן אַ תּורה־פֿראַגמענט, וואָס אַ תּושבֿ פֿון ריטשיוואָל [RYCZYWOL] האָט לעצטנס איבערגעגעבן דעם מלוכישן אַרכיוו אין פּויזן. דער פֿראַגמענט איז געווען אין זײַן רשות זינט דער צווייטער וועלט־מלחמה.

אין ריטשיוואָל איז געווען בשעתו אַ צוזאַמנטרעף פֿונעם „ועד ארבע ארצות‟. דאָס איז געווען אין יאָר 1719 און נאָך אַ מאָל אין יאָר 1723. דער פֿראַגמענט פֿון דער תּורה איז טאַקע פֿון יענע יאָרן. ער איז דרײַ הונדערט יאָר אַלט. ר’ לוי יצחק פֿון בערדיטשעוו איז געווען אַ געוויסע צײַט דער רבֿ פֿון ריטשיוואָל. סע קען דערפֿאַר זײַן, אַז ער האָט געלייענט די פּרשה פֿון דער וואָך טאַקע פֿונעם זעלבן ספֿר־תּורה.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.