איינע פֿון די גרעסטע ייִדישע סאָציאַלע דינסט־אַגענטורן אין ניו־יאָרק, FEGS, האַלט איצט בײַם שליסן זיך צוליב דעם, וואָס אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט זי פּלוצעם פֿאַרלוירן 19.4 מיליאָן דאָלאַר.
דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק האָט די געשעפֿט־צײַטונג „קריינס ניו־יאָרק ביזנעס‟ איבערגעגעבן, אַז FEGS, „פֿעדעראַציע־דינסט פֿאַר אַרבעט און קאָנסולטאַציע‟, אַ גרויסמאַסשטאַביקע אָרגאַניזאַציע מיט כּמעט 3,000 מיטאַרבעטער, וואָס באַקומט שטיצע פֿון דער ניו־יאָרקער פֿעדעראַציע פֿונעם „פֿאַראייניקטן ייִדישן אַפּעל‟ (UJA), מוז אין גיכן פֿאַרמאַכט ווערן.
מיט עטלעכע טעג פֿריִער האָט אַן אַנדער באַקאַנטע ייִדישע נעץ פֿאַר סאָציאַלער הילף, „דער מעטראָפּאָליטאַנער ראַט פֿאַר ייִדישער אָרעמשאַפֿט‟, אויך געמאָלדן, אַז זי האָפֿט צו פֿאַראייניקן זיך אָדער צו שליסן אַ שותּפֿות־אָפּמאַך מיט אַ צווייטער אָרגאַניזאַציע; אויב דאָס וועט זיך נישט אײַנגעבן, וועט זי אויך, מעגלעך, בטל ווערן.
די פֿינאַציעלע צרות מיטן „מעטראָפּאָליטאַנער ראַט‟ האָבן זיך אָנגעהויבן, ווען דער געוועזענער פֿאַרוואַלטער פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, וויליאַם רעפּפֿאָגעל, איז דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר פֿאַרמישפּט געוואָרן אין שײַכות צו אַ הויכן קאָרופּציע־סקאַנדאַל. רעפּפֿאָגעל האָט באַקומען צום ווייניקסטן 3 און אַ פֿערטל יאָר תּפֿיסה און וועט, מעגלעך, זיצן ביז 10 יאָר. דער געוועזענער הויפּט־באַאַמטער פֿונעם „ראַט‟ פֿאַר פֿינאַנציעלע ענינים איז אויך געווען פֿאַרמישט אינעם סקאַנדאַל און פֿאַרמישפּט געוואָרן.
FEGS פֿאַרנעמט זיך מיט די אינוואַלידן, קראַנקע מענטשן און פּענסיאָנערן, גרייט צו פֿאַך־לײַט און העלפֿט צו לייזן אימיגראַציע־פּראָבלעמען. די אָרגאַניזאַציע זאָגט, אַז זי באַזאָרגט 12,000 מענטשן יעדן טאָג און האָט אַ גרויסן יערלעכן בודזשעט פֿון 252 מיליאָן דאָלאַר. לויט „קריינס‟, איז זי איינע פֿון די גרעסטע סאָציאַלע אַגענטורן אינעם לאַנד. די רעגירונג־באַאַמטע, וועלכע האָבן געשלאָסן פֿאַרשיידענע קאָנטראַקטן מיט FEGS, וועלן מוזן געפֿינען אַן אַנדער חסד-אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט ענלעכע ענינים. די געשעפֿט־צײַטונג האָט דערקלערט, אַז די נישט־קאָמערציעלע אַגענטור האָט לעצטנס זיך פֿאַרבונדן מיט פֿאַרשיידענע פֿינאַציעלע מומחים און פֿאָנדן, האָפֿנדיק איבערצובויען איר אינערלעכע סטרוקטור. צום סוף, האָט זי אָבער באַשלאָסן, אַז זי וועט נישט קאָנען אַרויסקריכן פֿון די צרות.
די סיבה פֿונעם גרויסן געלט־פֿאַרלוסט בלײַבט אומקלאָר. מיט אַ חודש צוריק האָט דער Forward זיך פֿאַרבונדן מיט אַ פֿאָרשטייער פֿון דער אַגענטור, וועלכער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו דערקלערן די פּרטים. דער ייִט״אַ האָט זיך אויך נישט אײַנגעגעבן אויסצוקלאָרן די סיבות פֿון דער פּלוצעמדיקער גרויסער מפּלה. „קריינס‟ איז זיך משער, אַז אַזעלכע גרויסשטאָטישע סאָציאַלע דינסט־אָרגאַניזאַציעס טרעפֿן זיך כּסדר אָן אויף פֿאַרשיידענע שוועריקייטן. עס קאָן זײַן, אַז די צאָל קליִענטן פֿון דער אַגענטור איז לעצטנס געשטיגן און צוליב די חובֿות האָט זי נישט געקאָנט ווײַטער פֿונקציאָנירן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.