ייִדן אין גריכנלאַנד זענען צופֿרידן מיטן נצחון פֿון דער סאָציאַליסטיש־קאָמוניסטישער קאָאַליציע „סיריזאַ‟, וועלכע איז געקומען צו דער מאַכט און געוווּנען 149 פֿון 300 ערטער אינעם פּאַרלאַמענט נאָך די וואַלן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען דעם 25סטן יאַנואַר.
אַ מיטאַרבעטאָרין פֿונעם ייִדישן מוזיי אין אַטען האָט דערקלערט, אַז זי איז צופֿרידן מיט די וואַלן־רעזולטאַטן, „ווײַל מע מוז דאָך זײַן אָפּטימיסטיש‟. נישט געקוקט אויף די שאַרפֿע אַנטי־ציוניסטישע פּאָזיציעס פֿון די געווינער, האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אויך געליטן פֿון די טיפֿע עקאָנאָמישע צרות און האָפֿט, אַז די לינקע פּאָליטיקער, וועלכע האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו לייזן דעם בודזשעט־דעפֿיציט אויפֿן חשבון פֿון די אָרעמע שיכטן, וועלן פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ אינעם לאַנד.
אַ גריכישער ייִדישער בלאָגער, וועלכער שרײַבט אונטערן פּסעוודאָנים אַברבנאל, האָט דערקלערט, אַז די בודזשעט־פּאָליטיק פֿון דער „אייראָפּעיִשער קאָמיסיע‟, דעם „אייראָפּעיִשן צענטראַלן באַנק‟ און דעם „אינטערנאַציאָנאַלן געלט־פֿאָנד‟ האָט במשך פֿון 5 יאָר געבראַכט אַלץ ערגערע צרות. גריכנלאַנד האָט פֿאַרלוירן אַ פֿערטל פֿון דער נאַציאָנאַלער ברוטאָ־הכנסה; די אַרבעטלאָזיקייט האָט דערגרייכט 28 פּראָצענט; אַ סך געבילדעטע יונגע ספּעציאַליסטן זענען אַוועקגעפֿאָרן פֿון גריכנלאַנד.
כּדי צו באַקומען אַ ריי הלוואָות פֿון די דערמאָנטע אינטערנאַציאָנאַלע גרופּעס, האָט די גריכישע רעגירונג מסכּים געווען אָנצונעמען אַ ריי בודזשעט־שניטן. אַברבנאל האָט זיך באַקלאָגט, אַז די פּאָליטיקער, וועלכע האָבן אײַנגעפֿירט די דאָזיקע מאָסמיטלען, האָבן זיך געזאָרגט בלויז וועגן די באַנקירן און דער „נאַרישער‟ פּאָליטיק פֿון דער דײַטשישער קאַנצלערין, אַנגעלאַ מערקעל.
אין די לעצטע יאָרן איז אין גריכנלאַנד אויפֿגעשטיגן די פּאָפּולאַריטעט פֿון דער בפֿירוש פֿאַשיסטישער פּאַרטיי „גאָלדענער קאַיאָר‟, וועלכע האָט געוווּנען 6.28 פּראָצענט שטימען און פֿאַרנומען 17 ערטער אינעם נײַעם פּאַרלאַמענט. משה קאָנסטאַנטיניס, דער פּרעזידענט פֿונעם „צענטראַלן ראַט פֿון ייִדישע קהילות אין גרינכלאַנד‟, האָט אָפֿיציעל באַגריסט דעם נצחון פֿון די פּראָ־קאָמוניסטישע כּוחות. פֿונדעסטוועגן, ווי קאָנסטאַנטיניס האָט באַמערקט, בלײַבן די גריכישע ייִדן איבערראַשט און פֿאַרזאָרגט, אַז אינעם לאַנד, פֿון וואַנען עס קומט דאָס עצם־וואָרט „דעמאָקראַטיע‟, פֿאַרנעמען דאָס דריטע אָרט אינעם פּאַרלאַמענט בפֿירושע „היטלעריסטן‟.
ווען „סיריזאַ‟ וואָלט געוווּנען נאָך צוויי פּאַרלאַמענט־ערטער, וואָלט זי געוואָרן די איינציקע פֿירנדיקע מערהייט־פּאַרטיי. דאָס איז, אָבער, נישט געשען, דערפֿאַר האָבן די לינקע געשאַפֿן אַ קאָאַליציע מיט „די אומאָפּהענגיקע גריכן‟ — אַן אַנדער גאָר אַ רעכטע פּאָפּוליסטישע פּאַרטיי, בראָש מיט פּאַנאָס קאַמענאָס, וועלכער האָט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ „פּאָליטישער זונה‟. הגם אין פֿאַרגלײַך מיטן „גאָלדענעם קאַיאָר‟ איז די דאָזיקע פּאַרטיי רעלאַטיוו מעסיק, האָט זי אויך אַ בפֿירוש פּראָ־פֿאַשיסטישן טעם. נישט לאַנג צוריק האָט קאַמענאָס איבערגעחזרט אין אַן אינטערוויו דעם באַקאַנטן אַנטיסעמיטישן סטערעאַָטיפּ, לויט וועלכן „ייִדן צאָלן נישט קיין שטײַערן‟.
קאָנסטאַנטיניס האָט באַטאָנט, אַז נישט געקוקט אויף די דאָזיקע אומאָנגענעמע פּאָליטישע טענדענצן און פֿאַרשפּרייטע סטערעאַָטיפּן, ווילן ס׳רובֿ ייִדן בלײַבן אינעם לאַנד. אַדרבה, די ייִדישע קהילה אין גריכנלאַנד איז גוט אינטעגרירט אין דער געזעלשאַפֿט און געפֿינט זיך אין „אויסגעצייכנטע‟ באַציִונגען מיט ביידע הויפּט־פּאַרטייען, די ליבעראַל־קאָנסערוואַטיווע „נײַע דעמאָקראַטיע‟ און די לינקע „סיריזאַ‟.
פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין גריכנלאַנד באַטראָפֿן מער ווי 77,000 נפֿשות; 86 פּראָצענט פֿון די אָרטיקע ייִדן זענען פֿאַרטיליקט געוואָרן בעת דעם חורבן. הײַנט וווינען אינעם לאַנד בערך 5,000 ייִדישע תּושבֿים, דער עיקר, אין אַטען און סאַלאָניקי. ס׳רובֿ ייִדן אין גריכנלאַנד זענען ספֿרדים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.