זאָל איך פֿליִען אויף די ישׂראלדיקע וואַלן?

Should I Fly Home To Vote in Israeli Elections?

אַן אילוסטראַציע פֿונעם מחבר, ליאור זאַלצמאַן
אַן אילוסטראַציע פֿונעם מחבר, ליאור זאַלצמאַן

פֿון ליאור זאַלצמאַן (Forward)

Published February 04, 2015, issue of February 23, 2015.

ווען איך בין געווען 18 יאָר אַלט, האָב איך זיך צום ערשטן מאָל באַטייליקט אין די ישׂראלדיקע וואַלן. דעמאָלט בין איך געווען אַ יונגער סאָלדאַט. אויף איין סעקונדע, ווען איך האָב אָפּגעשטימט, טראָגנדיק מײַן אויטאָמאַטישע ביקס אויף דער פּלייצע, האָט זיך מיר געדאַכט, און געגלייבט, אַז מײַן אויסקלײַב האָט אַן עכטן כּוח.

הײַנט, מיט אַכט יאָר שפּעטער, גיי איך אום אויף דער ברוקלינער גאַס מיט מײַן בעסטער ישׂראלדיקער חבֿרטע, מיט וועלכער איך האָב זיך געלערנט, ווי אַ קליין קינד, צוזאַמען אין איין עלעמענטאַר־שול. זאָג איך איר, אַז איך קלײַבט זיך צו באַזוכן ישׂראל, כּדי צו באַטייליקן זיך אין די וואַלן. מײַן חבֿרטע האָט זיך צעלאַכט און באַמערקט, אַז אַנשטאָט צו פּטרן צײַט אויף אַזאַ נוצלאָזיקן ענין, איז בעסער צו פֿאַרברענגען דאָרטן פּסח.

וואָס קען איך זאָגן? געוויינלעך, מעגן די ישׂראלדיקע בירגער שטימען בלויז ווען זיי געפֿינען זיך אינעם לאַנד. הגם עס זענען אויסנאַמען פֿאַר אינוואַלידן, ים־לײַט, דיפּלאָמאַטן און אַ צאָל אַנדערע ספּעציפֿישע קאַטעגאָריעס. הײַיאָר, האָט זיך אויפֿן „פֿייסבוק‟ באַוויזן אַ ספּעציעלע גרופּע, וואָס רופֿן די ישׂראלים, וועלכע וווינען אין אויסלאַנד, צו קומען ספּעציעל אויף די וואַלן. די מיטגלידער פֿון דער דאָזיקער חבֿרה פּרוּוון אויסצואַרבעטן אַ פּלאַן פֿון ביליקע נסיעות, הגם פֿאַר די תּושבֿים פֿון ניו־יאָרק זענען די אַוויאַ־בילעטן סײַ־ווי-סײַ טײַער.

מײַן שול־חבֿרטע ווייסט נישט, וועלכע פּאַרטיי איז בעסער. זי האָט מיר געזאָגט, אַז אויב זי וועט יאָ שטימען, וועט זי אויסקלײַבן דעם קאַנדידאַט אינעם לעצטן מאָמענט. זי גלייבט נישט בכלל, אַז אונדזערע מיינונגען קאָנען משפּיע זײַן אויפֿן מצבֿ אין ישׂראל. נאָך דער לעצטער עזה־מלחמה, פֿיל איך זיך אויך צעמישט. מײַנע זיידע־באָבע, זײַענדיק לינק געשטימט, האָבן תּמיד געשטיצט „עבֿודה‟. לעצטנס, האָט זיך דער לינקער לאַגער אָנגעהויבן נייגן צו רעכטס. מיר וויל זיך נישט שטימען לטובֿת אַ פּאַרטיי, וואָס האָט אַפֿילו געביטן דעם נאָמען, כּדי צו קלינגען מער צענטריסטיש.

אינעם יאָר 2013, בין איך צום ערשטן מאָל נישט געפֿאָרן קיין ישׂראל צו שטימען. איך בין דעמאָלט געווען צו פֿאַרנומען. עמוס גבֿע, וועלכער פֿירט אָן מיט דער דערמאָנטער גרופּע אויפֿן „פֿייסבוק‟, האָט באַמערקט, אַז אַ סך ישׂראלים פֿילן זיך אַנטוישט מיט די רעזולטאַטן פֿון די וואַלן. פֿונדעסטוועגן, האָט ער גערופֿן די ישׂראלדיקע בירגער אַרויסצוּווײַזן זייער פֿאַרבינדונג מיטן לאַנד.

איך האָב באַשלאָסן אָנצושרײַבן די דאָזיקע שורות ווי אַן ענטפֿער צו מײַן חבֿרטעס באַמערקונגען. מסתּמא, וועל איך טאַקע פֿאָרן. דאָס לעצטע מאָל האָט מײַן שטים געהאָלפֿן אויסצוקלײַבן דעם נײַעם ראָש־העיר אין רמת־גן. דאָס איז געווען אַ קליינער, אָבער אַ וויכטיקער נצחון. צי קאָן די „פֿייסבוק‟־איניציאַטיוו טאַקע משפּיע זײַן אויף דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק? אפֿשר נישט, איך ווייסט נישט. אָדער, אפֿשר, וועל איך זיך ווידער פֿילן אַנטוישט נאָכן אויסקלײַבן אַן אומפּאַסיקן קאַנדידאַט. קיין בילעט אויפֿן עראָפּלאַן האָב איך אָבער דערווײַל נישט געקויפֿט.