די שלוס-דאַטע אָנצוגעבן די נעמען פֿון די קאַנדידאַטן פֿאַר דער נײַער כּנסת איז אַריבער. איצטער, אַ חודש און אַ העלפֿט פֿאַר דעם טאָג ווען 5.8 מיליאָן ישׂראלים מיט שטימרעכט וועלן באַשליסן, ווי עס וועט אויסזען די פּאָליטישע אַרענע אין די קומענדיקע יאָרן, איז אַ פּאַסיקע צײַט צו מאַכן אַ קורצן סך-הכּל וועגן דער וואַל־קאַמפּאַניע, ווי זי זעט אויס ביז אַהער.
אין די רייען פֿון „הליכּוד‟ זעט מען נישט קיין פּנים-חדשות, פֿאַרקערט, נתניהו פֿאַרנעמט דעם אויבנאָן — דער זעלבער מנהיג, וואָס פֿירט זײַן פּאַרטיי, אויסער אַ קורצער הפֿסקה, זינט ער איז אויסגעוויילט געוואָרן ווי אַ פֿאָרזיצער אין יאָר 1993. די רשימה אַליין בלײַבט, אין אַלגעמיין, די זעלבע.
נאָך מער, איין אָרט אין דער רשימה פֿון דעפּוטאַטן פֿון די צוויי, וועלכע נתניהו האָט געקענט אָפּגעבן צו וועמען זײַן האַרץ גלוסט, האָט ער לסוף געגעבן צו בני בעגין, אַ „ליכּוד‟־סימבאָל, אַ קאַוואַליר, וואָס געהערט צו דער אַלטער גוואַרדיע. דער „הליכּוד‟ האָט כאָטש עפּעס אויפֿגעטאָן פֿאַר דער הײַנטיקער קאַמפּאַניע: עס האָט זיך אײַנגעגעבן די „אײַנגעזעסענע‟ ליכּודניקעס צו באַזײַטיקן דעם פּאָליטישן פּאַיאַץ, משה פֿייגלין.
דער גרויסער חסרון פֿון „ליכּוד‟ איז די אָנגייענדיקע סטאַגנאַציע: נתניהוס פֿירערשאַפֿט דערלאָזט נישט, אַז אַנדערע זאָלן „באַדראָען‟ זײַן טראָן. ער „פֿאַרטיליקט‟ גוטע, פֿעיִקע פּאָליטיקער ווי נאָר ער דערשמעקט, אַז זיי זענען עלול צו וואַקסן „צו גרויס‟. די קאַדרען פֿון דער פּאַרטיי ווערן פֿאַרעלטערט. דער „ליכּוד‟ סערווירט פֿאַר די וויילער די זעלבע קאַשע; עס זענען נאָך פֿאַראַן גענוג ישׂראלים, וואָס האָבן ליב איר טעם. עס איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז די „הליכּוד‟־קאַמפּאַניע איז ניט־אָנזעעוודיק: נישטאָ קיין שילדן, קיין רעקלאַמעס, נישטאָ די אַמאָליקע אַקטיוויסטן בײַ די הויפּט־אינטערסעקציעס. עס קאָן אויסזען, אַז די פּאַרטיי פֿאַרמאָגט אַ באַזע פֿון 18—22 מאַנדאַטן, וואָס וועלן שטימען פֿאַר איר אָן קיין שום שילדן און דירעקטע ווענדונגען.
אין דעם „ציוניסטישן לאַגער‟ איז פֿריילעך און מער אינטערעסאַנט: יצחק הערצאָג און ציפּי ליבֿני האָבן זיך פֿאַראייניקט אין די ראַמען פֿון דער אַרבעטער-פּאַרטיי, די אַמאָליקע גרויסהאַרטיקע מפּא”י מיט ליבֿניס „קאַרליק‟ — „התּנועה‟ — „באַוועגונג‟.
די פֿאַראייניקונג, אַזוי דאַכט זיך, דאַרף דינען ביידע: די אַרבעטער-פּאַרטיי האָט סוף-כּל-סוף אַ שאַנס איבערצונעמען די פֿירערשאַפֿט-לייצעס פֿון „הליכּוד‟, און „התּנועה‟ בלײַבט אין פֿעלץ: זי דאַרף נישט פֿירן דעם ביטערן און פֿאַרפֿאַלענעם קאַמף פֿאַר עקזיסטענץ קעגן „מר”צ‟. עס גייט איצט אָן אַ הייסער וויכּוח אין דער אַרבעטער-פּאַרטיי וועגן דעם הויכן פּרײַז, וואָס הערצאָג האָט באַצאָלט פֿאַר דער פֿאַראייניקונג; ער האָט לכאורה באַצאָלט טײַער אויף אַ שמעק טאַבאַק. דער פּרײַז, צוויי-יאָריקע ראָטאַציע אין דעם פּרעמיער-אַמט, זעט אויס טאַקע משוגע טײַער, אָבער לבֿני האָט לויט אַלע אויספֿרעגן, מיטגעבראַכט מיט זיך, אויסער דעם נדן פֿון זיבן מאַנדאַטן — די צאָל מאַנדאַטן, וואָס איר פּאַרטיי האָט געוווּנען אין די פֿאָריקע וואַלן — אויך די וויילער, וואָס זענען אַרויפֿגעשפּרונגען אויפֿן וואָגן, די „אַבי נישט ביבי‟־וויילערס. אַזוינע מענטשן, וואָס האַסן דעם איצטיקן פּרעמיער (און צומאָל דאַכט זיך, דעם אייביקן) אַזוי שטאַרק, אַז עס גייט זיי ווייניק אָן, ווער ס׳וועט אים פֿאַרבײַטן.
אַ קורצער בליק אויף דער רשימה, וואָס דער ציוניסטישער לאַגער האָט דערלאַנגט צו דער וואַלן-קאָמיסיע, וועט באַשטעטיקן, אַז די אַמאָליקע מפּא”י־פּאַרטיי האָט באַקומען אַ נײַ פּנים.
אמת, די איצטיקע פֿאַראייניקונג רופֿט זיך „דער ציוניסטישער לאַגער‟, ווי אַ קעגנזאַץ צו דעם רעכטן, וואָס איז לכאורה נישט ציוניסטיש, אָבער דער נאָמען גרילצט אין די אויערן, נישט ווײַל מע איז זיי חושד אין אַנטי-ציוניזם, נאָר ווײַל דער נאָמען קלינגט ווי אַ פּרוּוו מחיה-מתים זײַן דעם אַמאָליקן נאַציאָנאַלן סאָציאַליזם, וואָס האָט געהערשט אין ישׂראל דרײַ יאָרצענדליקער, און איז לעצטנס, עטוואָס, אַרויס פֿון דער מאָדע אין דער מערבֿ-וועלט.
אויכעט דער סאָציאַליזם איז נישט שטרענג סאָציאַליסטיש: אַזאַ מענטש ווי עמנואל טראַכטענבערג, דער קאַנדידאַט פֿון דער אַרבעטער־פּאַרטיי אויף פֿינאַנץ־מיניסטער, איז ווײַט פֿונעם סאָציאַליזם אַ פּאָר גוטע מײַלן.
אין לעצטן סך-הכּל ליגט דער ציוניזם נישט אין די ביינער ווי אַמאָל; די אַרבעטער שטימען פֿאַר אַנדערע פּאַרטייען, וואָס געהערן איבערהויפּט צום רעכטן פֿליגל, אָבער די קינדער פֿון די אַמאָליקע עליטעס שטימען נאָך אַלץ פֿאַר דער „אייגענער פּאַרטיי‟.
מע קען דעם פֿענאָמען פֿאַרגלײַכן מיט ציפּי ליבֿני אַליין: איר טאַטע-מאַמע זענען ביידע געווען אצ”ל קעמפֿער, און איר טאַטע איז געווען אַ לאַנג־יאָריקער ליכּודניק; זי אַליין האָט לכתחילה אָנגעהויבן איר פּאָליטישן וועג אין דער אייגענער באַוועגונג, אָבער זייער גיך האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז איר פּאָליטישער וועג שטימט נישט מיט די פּרינציפּן פֿון דער „ליכּוד‟־פּאַרטיי.
די רשימה פֿון דעם „ציוניסטישן לאַגער‟ האָט אַ גרויסע מעלה: אין קעגנזאַץ צו כּמעט אַלע פּאַרטייען, האָט זי אַרײַנגעבראַכט פֿיל נײַע פּנימער. זי האָט פֿרישע קאַנדידאַטן, וואָס קענען זײַן אַ צוזאָג אויף אַן אַנדערער, בעסערער פּאָליטיק.
ווער וועט האָבן די אייבערהאַנט? די ווויל-באַקאַנטע רשימה פֿון „ליכּוד‟ אָדער די פֿרישע רשימה פֿון דעם „ציוניסטישן לאַגער‟? דערווײַל זענען די פּאַרטייען גלײַך. די אויספֿרעגן, וואָס זענען דורכגעפֿירט געוואָרן פֿאַר דעם איצטיקן סוף-וואָך, זענען מער-ווייניקער איינשטימיק: דער „ליכּוד‟ באַקומט 26-27 מאַנדאַטן, דער „ציוניסטישער לאַגער‟ — 26 מאַנדאַטן, „הבית־יהודי‟ — 15-14, די פֿאַראייניקטע אַראַבישע פּאַרטיי — 12, און די אַנדערע פּאַרטייען באַקומען צווישן אַכט און פֿינף מאַנדאַטן.
עס זעט אויס, אַז כאָטש „דער לאַגער‟ קריגט מער מאַנדאַטן, וועט אים שווערער זײַן אויסצושטעלן אַ רעגירונג; די סיבה איז זייער אַ פּשוטע — זיי נעמען צו מאַנדאַטן פֿון דעם לינקן פֿליגל, און זענען נישט מסוגל אַריבערפֿירן די „רעכטע‟ שטימען אויף זייער זײַט. אַזוי אַרום, ווײַזט זיך אין לעצטן סך-הכּל אַרויס, אַז די קומענדיקע קאָאַליציע וועט זײַן רעכט-געשטימט, אָדער ווי אַ פּשרה — אַ פֿאַראייניקונג-רעגירונג פֿון „הליכּוד‟ און דעם „ציוניסטישן לאַגער‟, מיט נתניהו ווי אַ פּרעמיער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.