70% מער ייִדן אין סיִאַטל ווי אין 2001

70% More Jews in Seattle Than in 2001


פֿון ייִט״אַ

Published February 05, 2015, issue of February 23, 2015.

אַ שטודיע האָט אַנטקעדט, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין סיִאַטל איז געוואַקסן מיט 70% זינט דעם יאָר 2001.

די ערשט־פּוביליקירטע „שטודיע פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ אין דער סיִאַטל־געגנט‟, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן דורך אַ פֿאָרש־מאַנשאַפֿט פֿונעם „כּהן־צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס‟ אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט, האָט איבערגעגעבן, אַז ווען מע נעמט אין באַטראַכט די שטאָט סיִאַטל מיט אַלע אירע פֿאָרשטעט, האַלט די ייִדישע באַפֿעלקערונג הײַנט בײַ 63,400 נפֿשות. אין דער שטאָט גופֿא וווינען בערך 33,000 ייִדן.

„אַז מע נעמט אין באַטראַכט ווי ווײַט סיִאַטל האָט זיך עקאָנאָמיש אַנטוויקלט, לייגט זיך די סטאַטיסטיק אויפֿן שׂכל,‟ האָט לענאַרד סאַקס, אַ בראַנדײַס־פּראָפֿעסאָר און אַ מחבר פֿון דער שטודיע, איבערגעגעבן דער „סיִאַטל־טײַמס‟.

סאַקס האָט דערקלערט, אַז די דערגרייכונגען אינעם ראַיאָן וואָס שייך דער טעכנאָלאָגיע, וויסנשאַפֿט און אינזשעניריע, האָבן גורם געווען דעם גיכן וווּקס פֿון דער באַפֿעלקערונג. 89% פֿון די ייִדן אין סיִאַטל האָבן אַ קאָלעדזש־דיפּלאָם, און מער ווי אַ העלפֿט האָבן אַן אַוואַניסירטן דיפּלאָם.

אַן אַרטיקל וועגן דער שטודיע, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן אין דער צײַטונג „סיִאַטל־טײַמס‟, האָט באַמערקט, אַז די ייִדן באַטרעפֿן הײַנט איינע פֿון די גרעסטע עטנישע גרופּעס אין דער שטאָט. „סיִאַטל איז הײַנט מער ’ייִדיש‘ ווי נאָרוועגיש,‟ האָט די צײַטונג איבערגעגעבן. בערך 24,000 אײַנוווינער פֿון סיִאַטל שטאַמען אָפּ פֿון די נאָרוועגן, לויטן לעצטן צענזוס.

צווישן אַנדערע אַנטדעקונגען פֿון דער שטודיע איז געווען, אַז 56% פֿון די חתונה־געהאַטע ייִדן אין סיִאַטל האָבן נישט קיין ייִדישן זיווג; צוויי־דריטל באַצייכענען זייער ייִדישע אידענטיטעט ווי „רעליגיעז־געשטימט‟ (אַנטקעגן „קולטורעל אָדער עטניש־געשטימט), און מער ווי אַ העלפֿט פֿון די אָרטיקע ייִדן פֿילן נישט קיין שטאַרקע פֿאַרבינדונג מיט דער אָרטיקער ייִדישער קהילה.

די שטודיע איז באַשטעלט געוואָרן פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע פֿון דער סיִאַטל־געגנט.