דינסטיק אין אָוונט, חמישה-עשׂר־בשבֿט, האָט דער מחבר פֿון די שורות איבערגעלייענט אַ ריי אינטערעסאַנטע אַרטיקלען און זיך פֿאַרנומען בײַ זיך אין דער היים מיט די ביימער — אויפֿן קאָמפּיוטער־עקראַן. אין אַ טייל ייִדישע קהילות פּראַוועט מען דעם דאָזיקן יום־טובֿ מיט פֿיר כּוסות ווײַן און פֿאַרשיידענע פּירות; מע לערנט אויך פֿאַרשיידענע קבלה־סודות, וואָס האָבן צו טאָן מיטן גן־עדנדיקן עץ־חיים און עץ־הדעת.
אין דער אמתן, איז אַ בוים אַ פֿונדאַמענטאַלער אָביעקט אין מאַטעמאַטיק און קאָמפּיוטערײַ, וואָס האָט טאַקע אַ טיף שײַכות צו אונדזער לעבן און ידיעות. אַדרבה, ווען מע זוכט אינעם „גוגל‟ די אינפֿאָרמאַציע וועגן ביימער, באַווײַזן זיך אויבן אָן אַ צאָל אַרטיקלען דווקא וועגן מאַטעמאַטישע און קאָמפּיוטערישע אָפּטײַטשן פֿונעם דאָזיקן וואָרט.
פֿון קדמונים אָן, דינט דער בוים ווי איינער פֿון די סאַמע פֿאַרשפּרייטע, באַדײַטפֿולע און פֿילזיניקע סימבאָלן אַרום דער וועלט, ווײַל די מענטשן האָבן אַלעמאָל אינטויִטיוו געפֿילט די טיפֿקייט פֿונעם דאָזיקן סימבאָל. נישט אומזיסט האָבן אַ סך פֿעלקער במשך פֿון טויזנטער יאָר באַטראַכט די וועלט ווי אַ ריזיקן קאָסמישן בוים.
שטעלט זיך פֿאָר, למשל, אַ גרויסע שטאָט. יעדן קוואַרטאַל קאָן מען רעפּרעזענטירט ווי „סוקעס‟, וואָס צעצווײַגן זיך ווײַטער אויף די גאַסן, הײַזער, דירות און צימערן. פֿאַרשיידענע געשעענישן, וואָס קומען דאָרטן פֿאָר, קאָן מען באַטראַכטן ווי „פּירות‟. דאָס איז נישט בלויז אַ פּאָעטישע מעטאַפֿאָר, נאָר אַן אינגאַנצן פּראַקטישער קוק אויף דער שטאָטישער אינפֿראַסטרוקטור. צום בײַשפּיל, צעצווײַגן זיך די טעלעפֿאָן־דראָטן ממש ווי ביימער, וואָס זייערע „בלעטער‟ זענען די קאָנקרעטע אַדרעסן און נומערן. די געגנט־קאָדן פֿירן אין דעם פֿאַל אויס די ראָלע פֿון „סוקעס‟.
יעדער טעקסט, אַרײַנגערעכנט אָט־דעם אַרטיקל, לאָזט זיך אויך פֿאָרגעשטעלט צו ווערן ווי אַ בוים, וווּ פּאַראַגראַפֿן זענען די גרויסע צווײַגן, וואָס צעטיילן זיך ווײַטער אויף באַזונדערע זאַצן, פֿראַזעס, ווערטער און אותיות. ממש אויפֿן זעלבן אופֿן ווערן געבויט די אַנאַליטישע פּראָצעסן אינעם מענטשלעכן מוח אָדער אין אַ קאָמפּיוטער. מיר בויען אינעם שׂכל אַ „בוים‟ פֿון פֿאַרשיידענע מעגלעכע ברירות און קלײַבן אויס די בעסטע „פּירות‟, אויפֿן סמך פֿון אונדזערע ידיעות, און פֿאַרפֿלאַנצן נײַע ידיעות־צווײַגן.
אין דער מאָדערנער קוואַנט־פֿיזיק ווערן ברייט באַנוצט די דיאַגראַמען, וואָס דער אַמעריקאַנער פֿיזיקער ריטשאַרד פֿיינמאַן האָט אײַנגעפֿירט אינעם יאָר 1948. ווען מע באַשרײַבט די באַוועגונג און געמיינזאַמע ווירקונג פֿון עלעקטראָנען צי אַנדערע עלעמענטאַרע טיילעכלעך, צייכענען די וויסנשאַפֿטלער פֿאַרשיידענע „וועלדער‟ און „ביימער‟, זיך באַנוצנדיק טאַקע מיט אַזעלכע טערמינען, וואָס העלפֿן גרינגער צו פֿאַרשטיין די טיפֿסטע „בעבעכעס‟ פֿונעם אוניווערס.
פֿון דער גלאָבאַלער פּערספּעקטיוו, באַקומט זיך אַ געשטאַלט פֿון אַ בוים, ווען מע באַטראַכט די רחבֿותן פֿונעם קאָסמאָס; די פּלאַנעטן און שטערן זענען די „פּירות‟ אויף די „סוקעס‟ פֿון גאַלאַקטיקעס און גרעסערע קאָסמישע סטרוקטורן. אַזאַ אימאַזש ווערט טאַקע נישט זעלטן באַנוצט אין די אַרטיקלען פֿון „נאַסאַ‟ און אין ערנסטע אַקאַדעמישע זשורנאַלן.
מע קאָן ברענגען אומצאָליקע אַנדערע בײַשפּילן, וואָס ווײַזן, אַז די צווײַג־סטרוקטור פֿון אַ בוים איז גאָר אַ געראָטענער מאָדעל פֿאַרן באַשרײַבן דעם גאַנצן אוניווערס און די אינערלעכע וועלט פֿון מענטשלעכע מחשבֿות. דער בריטישער מאַטעמאַטיקער אַרטור קיילי האָט אײַנגעפֿירט די אַבסטראַקטע ביימער ווי אַ פֿאָרמעלן וויסנשאַפֿטלעכן טערמין אינעם 19טן יאָרהונדערט. דער עצם־סימבאָל פֿונעם בוים ווי אַ רעפּרעזענטאַציע פֿון דער וועלט איז אָבער, ווי געזאָגט, גאָר אַלט און טרעפֿט זיך אויף יעדן שריט און טריט אין דער וועלט־מיטאָלאָגיע.
אין דער תּורה שטייט געשריבן, אַז מע טאָר נישט אויסהאַקן אַ פֿרוכט־בוים, ווײַל דער מענטש איז אַליין אַן „עץ־השׂדה‟ — אַ בוים אין אַ פֿעלד. די חז״ל און די קלאַסישע מפֿרשים דערקלערן די דאָזיקע מיסטעריעזע פֿראַזע אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים און ווײַזן, ווי אַזוי דאָס מענטשלעכע לעבן איז טאַקע צוגעגליכן צו אַ בוים. אינעם תּנ״כישן ספֿר־משלי איז פֿאַראַן אַן אַנדער באַקאַנטער פּסוק, לויט וועלכן די תּורה איז אַ „בוים פֿון לעבן‟.
על־פּי־קבלה, זענען אַחוץ אונדזער גשמיותדיקער עולם־הזה פֿאַראַן אומצאָליקע אַנדערע עולמות. די סטרוקטור פֿונעם וועזן ווערט אין קבלה־ספֿרים כּסדר באַטראַכט ווי אַ בוים. למשל, רבי מאיר פּאָפּערס, דער באַקאַנטער טשעכישער מקובל פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, אילוסטרירט אין זײַן ספֿר „אילן הגדול‟ פֿאַרשיידענע צווײַגן פֿונעם גרויסן גײַסטיקן „וועלט־בוים‟.
ס׳איז מערקווירדיק, אַז די מקובלים, וועלכע האָבן זיך כּסדר פֿאַרנומען מיט כּמו־קאָמפּיוטערישע מאַניפּולאַציעס מיט אינפֿאָרמאַציע־סטרוקטורן, באַטראַכטן דאָס גאַנצע וועזן טאַקע ווי אַן אַבסטראַקטן בוים פֿון געטלעכע אותיות און שמות, זייער ענלעך צום הײַנטיקן וויסנשאַפֿטלעכן טערמין. רבי פּינחס־אליהו האָראָוויץ, דער מחבר פֿונעם „ספֿר־הברית‟, דערקלערט בפֿירוש אין זײַן קבלה־ווערק „טעם־עצו‟, אַ פּירוש אויפֿן באַקאַנטן ספֿר „משנת־חסידים‟ פֿונעם איטאַליענישן מקובל עמנואל חי ריקי, אַז דער בוים — „אילן‟ — פֿון די געטלעכע כּוחות און באַשאַפֿענע וועלטן באַשטייט פֿון צעצווײַגטע אותיות־סטרוקטורן, וואָס קלינגען ממש ווי אַ מין קאָמפּיוטער־פּראָגראַם.
האָראָוויץ ברענגט, אויפֿן סמך פֿון די עלטערע כּתבֿים פֿונעם אַריז״ל, רבי יצחק לוריא, פּראַקטישע מוסטערן פֿון מאַטעמאַטישע אַלגאָריטמען, וואָס דעמאָנסטרירן, ווי אַזוי די פֿיר אותיות פֿונעם הייליקן שם־השם פֿאַרוואַנדלען זיך אין דעם ריזיקן בוים פֿון געטלעכע ניצוצות. די מענטשלעכע נשמה ווערט אַראָפּגעשיקט אין דער גשמיותדיקער וועלט, כּדי די דאָזיקע „פּירות‟ צונויפֿצוקלײַבן.
דער מחבר פֿון די שורות האָט מיט פֿיר יאָר צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿאָרש־אַרטיקל אינעם אַקאַדעמישן זשורנאַל „די געשיכטע פֿון פֿילאָסאָפֿיע פֿון לאָגיק‟, וווּ עס ווערט געוויזן, אַז די מקובלים האָבן מיט הונדערטער יאָר צוריק באַשריבן אויף אַ גאַנץ מאָדערנעם אופֿן די אַזוי־גערופֿענע לינדערמײַער־סיסטעמען אָדער פּשוט „על־סיסטעמען‟, וואָס פֿאַרבינדן נועם טשאָמסקיס גראַמאַטישע טעאָריע מיט די ביימער אין בוכשטעבלעכן זין. דער טאַטע פֿונעם גרויסן לינגוויסט, וויליאַם טשאָמסקי, איז געווען אַ באַקאַנטער העברעיִסט און האָט זיך טאַקע אינטערעסירט מיט די קבלהדיקע לינגוויסטישע טעאָריעס.
אַזוי צי אַזוי, ווערט אין די אַלטע קבלה־ספֿרים באַשריבן דער פּשוטער פּראָצעס פֿונעם „מילוי‟, צומאָל קאָמבינירט מיט אַנדערע מעטאָדן, אין וועלכע אַ געוויסער אות, צי אַ קאָמבינאַציע פֿון אותיות, ווערט פֿאַרביטן אויף אַ צווייטן. למשל, דער מילוי פֿונעם אות „אַלף‟ איז זײַן עצם־נאָמען, וואָס מע קאָן ווײַטער פֿאַרוואַנדלען אין „אַלף־למד־פֿא‟. דער פּראָצעס קאָן זיך ווײַטער צעצווײַגן און גענערירן פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן, ווײַל די נעמען פֿון אַ טייל אותיות קאָנען אויסגעלייגט ווערן אויף עטלעכע טראַדיציאָנעלע אופֿנים — למשל, „וו‟, „ואָו‟ אָדער „ויו‟.
אינעם יאָר 1968 האָט דער אונגערישער ביאָלאָג אַריסטיד לינדענמײַער געוויזן, ווי אַזוי מיט דער הילף פֿון ממש דעם זעלבן אותיות־פּראָצעס קאָן מען מאָדעלירן גאַנץ גענוי עכטע ביימער, גראָזן צי אַנדערע צעצווײַגטע אָביעקטן. לינדענמײַערס פֿאָרשונגען האָבן דערמעגלעכט צו פֿאַרבינדן אויף אַ גאַנץ חידושדיקן אופֿן ביאָלאָגיע מיט לינגוויסטיק און קאָמפּיוטערײַ. אַ דאַנק די הײַנטצײַטיקע טעכנאָלאָגיעס קאָנען די ביאָלאָגן אויסנוצן די חכמה פֿון צירופֿי־אותיות און שאַפֿן ווירטועלע ביימער, ווי אַ מין „גולם‟, אויפֿן קאָמפּיוטער־עקראַן.
אַ סך ייִדן אַסאָציִיִרן הײַנט חמישה־עשׂר מיט פֿאַרשיידענע עקאָלאָגישע ענינים. בײַ אַ צאָל אָרגאַניזאַציעס האָט דער ט״ו־בשבֿט זיך פֿאַקטיש פֿאַרוואַנדלט אין אַ מין „נאַציאָנאַלן טאָג פֿון נאַטור און עקאָלאָגיע‟.
אַ טייל קינדער אינטערעסירן זיך אָבער מער מיט קאָמפּיוטערײַ און מאַטעמאַטיק. די „על־סיסטעמען‟ זענען אַ וווּנדערלעך מיטל, וואָס איז מסוגל אויף אַ לעבעדיקן און באַלערנדיקן אופֿן צו דעמאָנסטרירן, ווי אַזוי די ביימער זענען, לויט דער ייִדישער גײַסטיקער טראַדיציע, טאַקע טיף און נאַטירלעך פֿאַרבונדן מיט דער סטרוקטור פֿונעם גאַנצן וועזן. אַ ריי ספּעציעלע אומזיסטע פּראָגראַמען ווײַזן, ווי אַזוי אַ פּשוטע אַבסטראַקטע שפּראַך צעוואַקסט זיך, לויט געוויסע גראַמאַטישע כּללים, אין אַ גאַנצער ווירטועלער וועלט. אַ דאַנק די קאָמפּיוטערס, קאָן יעדער נײַגעריקער מענטש זיך פֿאַרנעמען מיט די צירופֿי־אותיות און שאַפֿן באָטאַנישע גולמס אויפֿן עקראַן.
זייער אַ פּשוטע ווערסיע פֿון „ווירטועלע ביימער‟ איז אַ טייל פֿון NetLogo — אַ קאָמפּיוטער־שפּראַך, געשאַפֿן ספּעציעל פֿאַר קינדער, כּדי צו באַקענען זיי מיט די פּרינציפּן פֿון פּראָגראַמירונג. מיר איז פּערזענלעך געפֿעלן געוואָרן אַ פּראָגראַמעלע פֿונעם ליטווישן פּראָגראַמיסט אַרטורס גריבסטעליס, אָנגעשריבן אין דער קאָמפּיוטער־שפּראַך „ליספּ‟, און געשאַפֿן ווי אַן אילוסטראַציע פֿאַרן פּזשעמעק פּרושינקעוויטשס בוך „אַלגאָריטמישער שיינקייט פֿון פֿלאַנצן‟.
די דאָזיקע פּראָגראַם צייכנט גאַנץ רעאַליסטישע דרײַ־דימענסיאָנעלע ביימער און אַנדערע פֿראַקטאַל־אָביעקטן, מיט וועלכע מע קאָן גרינג מאַניפּולירן. כּדי זי צו פֿאַרשטיין און אינסטאַלירט, דאַרף מען אָבער קענען „ליספּ‟. אַגבֿ, זעט אויס דאָס דאָזיקע קאָמפּיוטער־לשון גופֿא ווי אַן אַבסטראַקטער בוים, אַ מין קאָמפּיוטערישער „עץ־חיים‟ און „עץ־הדעת‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.