די העצערישע דרשה פֿון אַן ישׂראלי אין דײַטשלאַנד

An Israeli in Germany Preaches Hate

דער ישׂראלי רותּם אַבֿיטובֿ אויף דער „פּעגידאַ‟־דעמאָנסטראַציע
YouTube
דער ישׂראלי רותּם אַבֿיטובֿ אויף דער „פּעגידאַ‟־דעמאָנסטראַציע

פֿון עדי מהלאל

Published February 06, 2015, issue of March 06, 2015.

אין די לעצטע פּאָר חדשים האָט זיך אָרגאַניזירט אין דײַטשלאַנד אַ נײַע עקסטרעם־רעכטע פּראָטעסט-באַוועגונג מיטן נאָמען „פּעגידאַ‟. דער נאָמען איז די ראָשי-תּיבֿות פֿון „פּאַטריאָטישע אייראָפּעער קעגן דער איסלאַמיזאַציע פֿון די מערבֿ-לענדער‟ (Patriotische Europäer gegen die Islamisierung des Abendlandes). ווי אַ סך עקסטרעם־רעכטע באַוועגונגען, פּריידיקן זיי שׂינאה קעגן אַן אַנדער גרופּע מענטשן, בפֿרט קעגן די אימיגראַנטישע גרופּעס און די מינאָריטעטן, וועלכע זיי באַשולדיקן אין אַלע געזעלשאַפֿטלעכע חלאַתן. „פּעגידאַס‟ רפֿואה צו די געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען ווערט פֿאַרסך-הכּלט אין אַ גאָר אַנטי-מוסולמענישן אָדער אַן איסלאַמאָפֿאָבישן סדר-היום.

ווי באַקאַנט, פֿלעגן ייִדן היסטאָריש לײַדן כּסדר פֿון אַזעלכע מסוכּנע אַנטיסעמיטישע און פֿאַשיסטישע טענדענצן. נישט צו פֿאַרחידושן זיך, אַז דער גרינדער און פֿירער פֿון „פּעגידאַ‟, לוטץ באַכמאַן פֿון דרעזדען, האָט לעצטנס געדאַרפֿט רעזיגנירן פֿון זײַן אַמט נאָכן אַרויסשטעלן אַ בילד, וווּ ער פֿאַרשטעלט זיך ווי היטלער, און נאָכן רופֿן די אימיגראַנטן „חיות‟ און „דרעק‟ (דערצו האָט ער זיך באַנוצט מיט פֿראַזעס, גענומען פֿון דער אַמעריקאַנער ווײַסער ראַסיסטישע גרופּע „קו-קלאַס-קלען‟).

די זאַך וואָס שאַפֿט בײַ די ייִדישע קוואַלן דעם גרעסטן אינטערעס אין שײַכות מיט דער גרופּע, איז די אויפֿטרעטונג פֿון אַן ישׂראלי (דערצו אַ דײַטשישן בירגער) אין אַ „פּעגידאַ‟־דעמאָנסטראַציע, וואָס איז לעצטנס פֿאָרגעקומען אין פֿראַנקפֿורט. דער ישׂראלי, רותּם אַבֿיטובֿ, האָט דאָרט געהאַלטן אַזאַ מין דרשה, מיט אַזוי פֿיל ענטוזיאַזם אַז עס האָט זיך געדאַכט — אָט-אָט גייט ער אָנשלאָגן אַ פּאָר אָרעמע פּליטים. אַבֿיטובֿ איז אַזוי ווײַט פֿאַרקאָכט אין זײַנע אייגענע קללות, אַז דער „יו-טיוב‟־ווידעאָ פֿון זײַן רעדע, האָט באַקומען דעם טיטל „אַן ישׂראלי בילט, פֿאַר פֿראַנקפֿורטער ׳פּעגידאַ׳‟. דעם דאָזיקן ווידעאָ האָבן שוין געזען איבער פֿופֿציק טויזנט מענטשן אין משך פֿון געציילטע, און מע האָט איבערגעלאָזט איבער אַכט הונדערט קאָמענטאַרן אויף כּלערליי שפּראַכן און פֿון דער גאָרער וועלט. אַבֿיטובֿ רעדט אויף ענגליש, אײַנגעוויקלט אין אַ דײַטשישער פֿאָן.

„איך בין אַ ייִד, — זאָגט ער, — מײַן משפּחה האָט געלעבט דאָ אין דײַטשלאַנד איבער 700 יאָר, און איך קען אײַך פֿאַרזיכערן, אַז איך זע דאָ נישט קיין נאַציס. די נאַציס געפֿינען זיך בײַ די לינקע‟. ער איז ממשיך מיט זײַנע העצערישע און אַבסורדישע ווערטער, און זײַן קול ווערט וואָס אַמאָל העכער:

„איך זע דאָ פּאַטריאָטן, אמתע דײַטשן, אמתע ליבהאָבער פֿון דײַטשלאַנד [אַפּלאָדיסמענטן]. מיר שטייען דאָ צוזאַמען קעגן די אמתע נאַציס, אין דער מענטאַליטעט פֿון איסלאַם… ישׂראל שטייט מיט דײַטשלאַנד, מיר גיבן אײַך אָפּ כּבֿוד, מיר פֿאַרגיבן אײַך, מיר האָבן אײַך אַלע ליב! דײַטשלאַנד איז דאָס בעסטע לאַנד אויף דער וועלט, טאָ ראַטעוועט זי!… איר זײַט דער אמתער גײַסט פֿון דײַטשלאַנד. איסלאַם וויל אויסטרינקען די מילך פֿון דײַטשלאַנד, אָבער זיי זענען נישט דײַטשן, זיי האָבן אײַך נישט ליב, זיי האָבן ליב נאָר זיך אַליין… שעמט זיך קיינמאָל נישט! אַפֿילו נישט צוליב דער געשיכטע… מיר זענען ברידער!… יאָ, איך בין אַן איסלאַמאָפֿאָב!‟

נישט צו גלייבן, אָבער אָט דער רעדנער אַרבעט ווי אַ דאָקטאָר פֿון דער קאָגניטיווער פּסיכאָלאָגיע! אַ געבילדעטער ישׂראלי, וואָס רעדט אין דײַטשלאַנד וועגן די לינקע און די מוסולמענער, ווי די נאַציס פֿלעגן רעדן וועגן די לינקע און די ייִדן!?