די פּאָליציי האָט באַשטעטיקט, אַז עלען שעפֿער־בראָדי, אַ ייִדישע מאַמע פֿון דרײַ קינדער, וואָס האָט געוווינט אין סקאַסדייל, אויף צפֿון פֿון ניו־יאָרק, איז געווען די שאָפֿערין פֿונעם אויטאָ, וואָס האָט גורם געווען די בלוטיקע קאַטאַסטראָפֿע אין וואַלהאַלאַ, אַן שטעטל אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם שטאַט.
דינסטיק אין אָוונט, דעם 3טן פֿעברואַר, האָט די 49־יאָריקע פֿרוי אָפּגעשטעלט איר גרויסן „מערסעדעס‟־אויטאָ אויפֿן קרייצוועג פֿון אַן אײַזנבאַן־ליניע. בראָדי איז אומגעקומען צוזאַמען מיט זעקס פּאַסאַזשירן פֿון דער באַן, וועלכע האָט אין איר אַרײַנגעקראַכט. עס בלײַבט אומקלאָר, פֿאַרוואָס די אומגעקומענע פֿרוי האָט אָפּגעשטעלט איר אויטאָ אויף די רעלסן.
וואַרדאַ זינגער, די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם געשעפֿט „מאָדערנע יוּוועליר־חפֿצים‟ אין טשאַפּאַקוואַ, אַ ראַיאָן פֿון דער שטאָט ניו־קעסל, וווּ בראָדי האָט געאַרבעט במשך פֿון בערך 15 יאָר, האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז זי איז געווען „ממש אַ צדיקת‟. פֿריִער איז דאָס געשעפֿט געווען באַקאַנט ווי „ישׂראלדיקע יוּוועליר־באַצירונגען‟.
זינגער האָט צוגעגעבן, אַז בראָדי איז געווען אַ לוסטיקע פֿרוי און אַ וווּנדערלעכע מאַמע, וועלכע האָט אַלעמאָל געהאָלפֿן איר מאַן און האָט תּמיד זיך געזאָרגט וועגן די אַנדערע מענטשן מער, ווי וועגן זיך אַליין.
אַלאַן בראָדי, דער מאַן פֿון דער טראַגיש אומגעקומענער, האָט געמאָלדן אויפֿן „פֿייסבוק‟, אַז די לוויה וועט פֿאָרקומען פֿרײַטיק אינדערפֿרי, דעם 6טן פֿעברואַר, אין דער „חב״ד־שיל פֿון ריווערטאַונס‟, וואָס געפֿינט זיך אינעם דאָרף דאָבס־פֿערי, נישט ווײַט פֿון סקאַרסדייל. זינגער האָט געזאָגט, אַז בראָדי איז געווען אַן אַקטיווע מיטגלידערין פֿון דער אָרטיקער ליובאַוויטשער קהילה.
די אומגעקומענע האָט פֿאַראָבֿלט דרײַ טעכטער, דעניעל, דזשולעס און לעקסי. די פֿאַרוואַלטערין האָט דערציילט, אַז איינע פֿון די טעכטער האָט אָנגעקלונגען אַן אַנדער באַאַמטער פֿונעם געשעפֿט און איבערגעגעבן, אַז איר מאַמע האָט זיך נישט אומגעקערט אַהיים פֿון דער אַרבעט. שפּעטער האָט די משפּחה זיך דערוווּסט וועגן דער שרעקלעכער קאַטאַסטראָפֿע, איינע פֿון די ערגסטע אין דער געשיכטע פֿון דער אײַזנבאַן־נעץ „מעטראָ־נאָרט‟, וועלכע איז אויסגעבראָכן אין דער צײַט, ווען בראָדיס פֿרײַנד האָבן זיך געגרייט צו פּראַווען אין אַ חודש אַרום איר 50סטן געבוירן־טאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.