ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

די פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים
Chana Pollack
די פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published February 06, 2015, issue of March 06, 2015.

רעפֿעראַט פֿון ד”ר רחמיאל פּעלץ װעגן דער סטאַנדאַרטיזירונג פֿון ייִדיש

דינסטיק, דעם 17טן פֿעברואַר, װעט ד״ר רחמיאל פּעלץ, דער „אַטראַן-גאַסט פּראָפֿעסאָר‟ בײַם „ייִװאָ‟ אין ניו־יאָרק, געבן אַ רעפֿעראַט אױף דער טעמע „פּלאַנירונג פֿאַר דער ייִדישער צוקונפֿט: סטאַנדאַרטן פֿאַר ייִדיש אינעם 20סטן און 21סטן יאָרהונדערט‟. דער רעפֿעראַט װעט אָנװײַזן, װי אַזױ דער אױפֿמערק אױף אויסלייג האָט שטענדיק געהאַט אַ השפּעה אױפֿן ברײטערן פּראָיעקט פֿון קולטורעלן המשך.

דער רעפֿעראַט, אױף ענגליש, װעט זיך אָנהײבן 7 אַזײגער אין אָװנט. דער אײַנטריט איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. מע דאַרף, אָבער, רעזערװירן אַן אָרט פֿון פֿריִער. נאָך אינפֿאָרמאַציע: yivo.org/reservations.


רעפֿעראַט פֿון ד”ר צירל קוזניץ װעגן דער ייִדישער אַרכיטעקטור

מאָנטיק, דעם 23סטן פֿעברואַר, װעט ד”ר צירל קוזניץ (דער „אַרבעטער-רינג‟/עמנואל פּאַט גאַסט-פּראָפֿעסאָרשע פֿון מיזרח-אײראָפּעיִשע ייִדישע שטודיעס) האַלטן אַ רעפֿעראַט אױף דער טעמע „צו דער ייִדישער אַרכיטעקטור‟. דער רעפֿעראַט װעט דערקלערן, װי אַזױ די ייִדיש-רעדנדיקע ייִדן אין מיזרח-אײראָפּע און אַמעריקע האָבן זיך באַנוצט מיט אַן אײגנאַרטיקן אַרכיטעקטור־סטיל, כּדי צו שאַפֿן אַ ייִדישע אידענטיטעט. דער רעפֿעראַט װעט אַרומרעדן ניט בלױז די אַרכיטעקטור פֿון שילן, נאָר אױך די אַרכיטעקטור פֿון גרױסע אינסטיטוציעס און װױנונגען.

דער רעפֿעראַט איז אױף ענגליש, און װעט פֿאָרקומען 3:30 נאָכמיטאָג. דער אײַנטריט איז אומזיסט אָבער מע דאַרף רעזערװירן אַן אָרט פֿון פֿריִער. נאָך אינפֿאָרמאַציע: yivo.org/reservations.


רעפֿעראַטן וועגן דער ייִדישער קולטור אין „האַרוואַרד‟:

אין „האַרוואַרד‟־אוניווערסיטעט אין קיימברידזש קומט איצט פֿאָר אַ נײַע סעריע רעפֿעראַטן, געווידמעט דער ייִדישער קולטור פֿאַרן ברייטערן עולם. די סעריע, אויף ענגליש, פֿאָרגעשטעלט דורך דער פּראָגראַם פֿון פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור, האָט זיך אָנגעהויבן מאָנטיק, דעם 2טן פֿעברואַר, מיט אַ רעפֿעראַט פֿון ד”ר דזשערעמי דאַובער (קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט). דאָנערשטיק, דעם 5טן פֿעברואַר, האָט שאול זעריט (ייִדישער טעאָלאָגישער־סעמינאַר) רעפֿערירט אויף דער טעמע „אפֿשר פֿאַר מיליאָנען, אפֿשר פֿאַר קיינעם ניט: שאול בעלאָו, יצחק באַשעוויס־זינגער און די פּראָבלעם פֿון דער וועלט־ליטעראַטור‟.

מאָנטיק, דעם 9טן פֿעברואַר, וועט ד”ר אַגי לעגוטקאָ (קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט) רעפֿערירן אויף דער טעמע „פֿאַרכאַפּט דורך דער פֿאַרגאַנגענהייט: פֿאַרכאַפּונגען דורך דיבוקים און דער מאָדערנער ייִדישער אידענטיטעט‟. דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען 5 אַ זייגער נאָכמיטאָג אינעם „האַרוואַרד־סעמיטישן מוזיי‟, צימער 201.

מאָנטיק, דעם 23סטן פֿעברואַר, וועט ד”ר נעמי זײַדמאַן (גראַדויִר־טעאָלאָגישע אוניע) רעפֿערירן אויף דער טעמע „אַ מוטער־טראַכט פֿאַר זיך אַליין: חסידים, השׂכּלה און די געבורט פֿונעם מאָדערנעם ייִדישן ראָמאַן‟. דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען 5 אַ זייגער נאָכמיטאָג אינעם „האַרוואַרד־סעמיטישן מוזיי‟, צימער 201.

מיטוואָך, דעם 25סטן פֿעברואַר, וועט ד”ר מאַרק קאַפּלאַן (צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע) רעדן אויף דער טעמע „ליטעראַרישע ווערק וועגן רײַזעס, אַלעגאָריע און דיסלאָקירונג אינעם ייִדישן און דײַטשישן מאָדערניזם‟. דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען 5 אַ זייגער נאָכמיטאָג אינעם „באַרקער־צענטער‟ (12 קווינסי־גאַס).

דינסטיק, דעם 3טן מאַרץ, וועט סאַמיועל שפּינער (דזשאָנס־האָפּקינס אוניווערסיטעט) רעדן אויף דער טעמע „‘די געזעלשאַפֿט פֿון ווילדע ייִדן׳: ווילדקייט, ברית, און קהילה אינעם ייִדישן, דײַטשישן און העברעיִשן מאָדערניזם‟. דער רעפֿעראַט וועט פֿאָרקומען 5:30 נאָכמיטאָג אינעם „האַרוואַרד־סעמיטישן מוזיי‟, צימער 201.


פֿאָרשעטלונג אויף ייִדיש פֿון ישׂראלדיקע תּלמידים

דער ייִדיש־קלאַס בײַ דער „פּלך־שול‟ אין ירושלים וועט פֿאָרשטעלן די פּיעסע „מנחם־מענדל דער לופֿטמענטש‟ פֿון שלום־עליכם. די פֿאָרשטעלונג וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 12טן פֿעברואַר, 7 אַ זייגער אין אָוונט, בײַ דער „פּלך־שול‟ (31 יהודה־גאַס).


ייִדישע ביכער בײַם „27סטן אינטערנאַציאָנאַלן ביכער־יריד אין ירושלים‟.

„די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ אין מדינת־ישׁראל וועט זיך באַטייליקן אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן ביכער־יריד אין ירושלים, וואָס וועט הײַיאָר פֿאָרקומען פֿונעם 8טן ביזן 12טן פֿעברואַר אין דער „התּחנה הראשונה‟. דער אַרײַנטריט צום פּרעסטיזשפֿולן יריד, וואָס קומט פֿאָר אַלע צוויי יאָרן, איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.

צווישן די ייִדישע ביכער, זשורנאַלן און פֿילמען פֿון אַרום דער וועלט וועט מען אויך קענען קויפֿן פֿילמען, קאָמפּאַקט־דיסקן און ביכער, אַרויסגעגעבן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟.


געבורטסטאָג־מסיבה לכּבֿוד רבֿקה באַסמאַן בן־חיים

„בית־לייוויק‟, דער פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין מדינת־ישׂראל אָרדנט אײַן אַ פֿײַערונג לכּבֿוד דעם 90סטן געבורטסטאָג פֿון דער פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים. עס וועלן זי באַגריסן ד”ר יחיאל שיינטוך, רותי זקוביץ־ברוין, ד”ר זעלדאַ כּהן־ניומאַן, שמואליק עצמון, ד”ר אורציון ברתנא און ד”ר רועי גרינוואַלד. אינעם קינסטלערישן טייל פֿון פּראָגראַם וועלן אַ ריי זינגער פֿאָרשטעלן נײַע לידער קאָמפּאָנירט צו טעקסטן פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים. מע וועט אויך ווײַזן אָשר גלס פֿילם „לכּבֿוד מיר און דיר‟.

די מסיבה וועט פֿאָרקומען פֿרײַטיק, דעם 20סטן פֿעברואַר, 11:00 אַ זייגער אין דער פֿרי. די אָרגאַניזאַטאָרן בעטן, מע זאָל באַשטעטיקן פֿון פֿריִער זייער קומען. קלינגט 5231830—03 אָדער שרײַבט leyvikmail@gmail.com.


רעפֿעראַטן אויף ייִדיש אין ישׂראל

ירושלים

יעדן מאָנטיק, 4 אַ זייגער נאָכמיטאָג, קומט פֿאָר אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש בײַ דער „ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט‟ אין ירושלים (10, שלום־עליכם גאַס):

מאָנטיק, דעם 9טן פֿעברואַר, וועט ד”ר נתי כּהן רעפֿערירן אויף דער טעמע „הויפּטשטריכן פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדישער קולטור‟.

מאָנטיק, דעם 16טן פֿעברואַר, וועט דער רעזשיסאָר מוטי אַווערבוך פֿאָרזעצן מיט זײַן סעריע רעפֿעראַטן וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער.

מאָנטיק, דעם 23סטן פֿעברואַר, וועט מען ווײַזן דעם פֿילם וועגן אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש פֿון באָריס סאַנדלער, פֿון דער סעריִע „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבער‟.

חדרה

יעדן מאָנטיק, 5 אַ זייגער נאָכמיטאָג, קומט פֿאָר אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש בײַ דער „געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש‟ אינעם „בית־עולה‟, אויף 20 ששת־הימים גאַס אין חדרה:

מאָנטיק, דעם 9טן פֿעברואַר, וועט די זינגערין זשעניאַ פֿײַערמאַן געבן אַ קאָנצערט „מײַנע יאָרן — מײַן אוצר‟.

מאָנטיק, דעם 16טן פֿעברואַר, וועט פּנחס אַטראַל רעדן וועגן די ייִדן פֿון עטיאָפּיע און וועגן זײַן דאָקטאָראַט.

מאָנטיק, דעם 23סטן פֿעברואַר, וועט בעלאַ בריקס־קליין רעדן אויף דער טעמע „זכרונות פֿון מײַנע קינדער־יאָרן‟.