רוסיש־שפּראַכיקע ישׂראלים פֿאָרן אַוועק

Russian-Born Israelis Are Emigrating

אַ ישׂראלדיקע ליובאַוויטשער שיל אין סטאַטען־אײַלענד, ניו־יאָרק
אַ ישׂראלדיקע ליובאַוויטשער שיל אין סטאַטען־אײַלענד, ניו־יאָרק

פֿון דער „פֿאָרווערטס־רעדאַקציע‟

Published February 06, 2015, issue of March 06, 2015.

דעם 5טן פֿעברואַר איז אין דער צײַטונג „האָרץ‟ דערשינען אַן אַרטיקל פֿון הילו גלעזער וועגן דער פֿאַלנדיקער צאָל רוסישע עולים אין ישׂראל.

מיט 25 יאָר צוריק איז אין ישׂראל אָנגעקומען די לעצטע גרויסע כוואַליע פֿון אימיגראַנטן, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט דעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָפֿנדיק צו געפֿינען אינעם נײַעם לאַנד אַ מער סטאַביל און בעסער לעבן. אין די לעצטע יאָרן, קומט אָבער פֿאָר אַ פֿאַרקערטער אימיגראַציע־פּראָצעס. אַ סך רוסיש־רעדנדיקע עולים פֿאָרן אַוועק — דער עיקר, מענטשן פֿון מיטל־קלאַס, וואָס באַזעצן זיך אין אויסטראַליע, קאַנאַדע צי אייראָפּע.

גענאַדי, וועלכער האָט נישט געוואָלט אויסזאָגן זײַן פֿולן נאָמען, האָט דערציילט, אַז ער האָט געדינט אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי בעת דער מלחמה אין לבֿנון און האָט „משוגע ליב‟ ישׂראל. וווינען וווינט ער אָבער מיט זײַן פֿרוי און צוויי קינדער אין האַליפֿאַקס, קאַנאַדע, וווּ ער אַרבעט אין אַ גרויסער טעלעפֿאָן־פֿירמע. זײַן ווײַב דינט ווי אַ סעקרעטאַרשע. גענאַדי האָט דערקלערט, אַז זיי האָפֿן אין גיכן צו באַקומען די קאַנאַדישע בירגערשאַפֿט און פֿילן זיך אין זייער נײַער היים באַקוועמער, ווי אין חיפֿה.

אַ סך ישׂראלים קלײַבן אויס קאַנאַדע, ווײַל פֿאַר פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַך־לײַט איז דאָרטן רעלאַטיוו גרינג זיך צו באַזעצן. גענאַדי האָט צוגעגעבן, צווישן בערך 5,000 ייִדן אין זײַן שטאָט זענען צום ווייניקסטן 60 פּראָצענט רוסיש־רעדנדיקע ישׂראלים.

לויט דעם ישׂראלדיקן סטאַטיסטישן ביוראָ, שטאַמען כּמעט אַ העלפֿט פֿון די, וואָס פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, דווקא פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אָן קיין סטאַטיסטישע פֿאָרשונגען איז אָבער גרינג צו באַמערקן, אַז נישט ווייניק ייִדישע קהילות אַרום דער וועלט באַשטייען פֿון די רוסישע „יורדים‟.

אַן אַנדער סיבה, צוליב וועלכער די צאָל רוסיש־רעדער אין ישׂראל איז לעצטנס געפֿאַלן, איז דער בכּבֿודיקער עלטער פֿון אַ סך אימיגראַנטן; אַ סך זקנים זענען געשטאָרבן. אַ גרויסע צאָל זענען אָבער אַוועקגעפֿאָרן — ס׳זעט אויס, הונדערטער טויזנט. אַ טייל עמיגראַנטן, וואָס זענען נישט אָנערקענט ווי ייִדן על־פּי־הלכה, האָבן זיך געפֿילט פֿרעמד און דיסקרימינירט אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. אַזוי צי אַזוי, באַווײַזן זיך וואַקסנדיקע גרופּעס ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אַפֿילו אין אַזעלכע אומגעריכטע ערטער, ווי בערלין און די געוועזענע סאָוועטישע שטעט.