אַ זשמענקעלע גליק

A Palmful of Happiness


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published February 08, 2015, issue of March 06, 2015.

מײַנע ליבע דאַמען און הערן, זײַט מיר מוחל, כ’האָב אַזױ מורא געהאַט צו פֿאַרפּאַסן דעם יערלעכן „גליק־קנאַק‟, אַז כ’האָב אַפֿילו ניט באַװיזן אויסצופּרעסן די זײַדענע שנירלעך פֿון מײַנע יום־טובֿדיקע קאַלאָשן, און, לײַדער, שרײַב איך אָט די־אָ שורות, נעבעך, באָרװעס און ניט אונטער דער פֿרײלעכער פֿאָן פֿון דער „יו־ען‟.

פּשוט, עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז איך, װי שטענדיק, האָב פֿאַרביטן די יוצרות, דהײַנו, כ’האָב זיך פֿאַרפּלאָנטערט אין די נײַע קנאַק־דאַטעס, און איצט אײַל איך זיך צו באַרויִקן די ייִדישע װעלט, אַז ביזן „אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון גליק‟ האָבן מיר נאָך אַ היפּש שטיקל צײַט. די „יו־ען‟ האָט אונדז דערלױבט, קודם־כּל, אָפּפֿײַערן דעם יום־טובֿ פּורים, און שױן נאָך דעם אָנהײבן צו טראַכטן װעגן די „גליקן‟.

און פֿאַר װאָס נײן? ס’װעט דאָך קײנעם ניט שאַטן זיך צוגרײטן אױף אַ גוטן אופֿן; און, ביטע, אָן קײן שום „איך װיל ניט‟ — פּונקט דעם 20סטן מערץ, זײַט גרײט צו זײַן גליקלעך! אַזױ האָט באַשלאָסן די גענעראַל־אַסאַמבלעע פֿון דער „יו־ען‟. אַזױ אַז, קײנער פֿון די אַחינו־בני־ישׂראל זאָל אַפֿילו ניט פּרוּװן זיך „אױסדרײען‟ פֿונעם געגאַרטן באַפֿעל — זײַט גליקלעך און שױן! און פּונקט דעם 20סטן מערץ!

צו װאָס שרײַב איך דאָס? װײַל איך, פּערזענלעך, נאָר װי אױף צו להכעיס, דװקא דעם 20סטן מערץ, כּ’ט אין אָדר, האָב אַ יאָרצײַט נאָך מײַן באָבע רחלס שכנה סאָסיע־חיה. איר זאָלט מיך גוט פֿאַרשטײן, דעם 20סטן מערץ בין איך, מירצעשעם, פֿאַרנומען מיט טרױעריקע זאַכן. אַזױ אַרום װיל איך אָפֿיציעל מעלדן, אַז יעדער אײנער פֿון די בני־אָדם קען זיך נעמען מײַן שטיקל גליק.

דער אַלטער כּלל, אַז „ס’איז בעסער צו זײַן יונג, רײַך און געזונט, אײדער אַלט, אָרעם און קראַנק‟ — איז שױן גוט אָפּגעבליאַקעװעט געװאָרן, אָבער װײניקער אַקטועל איז עס ניט געװאָרן; און זינט 2006 האָט די קלוגע װעלט־פֿירערשאַפֿט אָנגעהױבן זיך צו פֿאַרמעסטן אױפֿן געביט פֿון „גליק‟ און אַרײַנגעפֿירט אינעם װעלט־לעקסיקאָן אַ נײַעם באַגריף: „דער גליק־אינדעקס פֿון דער פּלאַנעט‟ — Happy Planet Index. נאָר קודם־כּל, װי עס פֿירט זיך בײַ לײַטן, האָט מען געדאַרפֿט קומען צו אַ פּשרה װעגן דעם באַגריף גופֿא, אַז איך בין אַלט װי מתושלח, רײַך װי קורח און געזונט װי אַ פֿערד — קען איך אױך זײַן גליקלעך? צי מײַן „גליקצוג‟ איז שױן אַװעק מיט יאָרן צוריק, און אַלץ װאָס מיר איז געבליבן, איז נאָר צו זיצן אױף אַ פּריװאַטן אינדזל, אָנקװעלן פֿון מײַן שײנער באַנק־קאָנטע, און ביזן װײַסן טאָג אַרײַן האָבן הנאה פֿון שפּילן אין גאָלף מיט די מאַלפּעס?

„װאָס הײסט?… — האָבן זיך געכאַפּט די חכמהלאָגן פֿון דער „יו־ען‟, — דער ציל פֿון לעבן איז ניט אָנצוזאַמלען עשירות (זײ אַלײן, אַ פּנים, זײַנען שױן פֿון לאַנג זײער רײַך), נאָר האָבן דאָס געפֿיל פֿון גליק, װי אױך פֿון אַ גוטן געזונט־צושטאַנד. און גלײַך, שױן אין יאָר 2006, איז געװאָרן קלאָר, אַז די גליקלעכסטע מענטשן אױף דער װעלט זײַנען די קאָסטאַ־ריקאַנער, װענעזועלער און קאָלומביאַנער. די פֿאַראײניקטע שטאַטן און די בידנע אײראָפּעיִשע בענילוקס־לענדער זײַנען געבליבן שטעקן ערגעץ װוּ אין דער מיט פֿון דער גליק־רשימה. מיט די קאָלומביאַנער איז אַלץ קלאָר — אַז מע אַרבעט אױס אַזױ פֿיל קאָקאַיִן, װי קען מען זײַן ניט־גליקלעך?… אָבער קאָסטאַ־ריקאַ און װענעזועלע?…