(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פֿון דעסטוועגן האָבן מיך פֿאַראינטערעסירט די אויטאָביאָגראַפֿישע טיילן פֿון די קאַפּיטלעך, אין וועלכע די לערערס אין בוך דערציילן ווי אַזוי זיי זענען צוגעקומען צו דער הײַנטיקער קלעזמער־מוזיק. אַ סאָציאָלאָג וואָלט דאָ געפֿונען גענוג שטאָף אויף אַ פֿאָרש־אַרבעט, ווײַל בײַ יעדן איינעם איז גאָר אַנדערש דער וועג וואָס האָט אים אָדער זי געפֿירט צו קלעזמער־מוזיק.
פּיטער סטאַן, דער אַקאָרדעאָניסט, שטאַמט פֿון סערבישע ציגײַנער און איז אַ באַקאַנטער מוזיקער אין ניו־יאָרק. ער האָט יאָרן לאַנג געשפּילט באַלקאַנישע מוזיק, איידער מע האָט אים פֿאַרבעטן זיך צו באַטייליקן אין אַ קאַפּעליע. אין זײַן אָפּטייל דערציילט ער וועגן דער געשיכטע פֿונעם אַקאָרדעאָן אין דער קלעזמער־מוזיק, און וועגן מישאַ ציגאַנאָף, דעם מײַסטער־אַקאָרדעאָניסט, וואָס איז געווען אַ ציגײַנער פֿון אָדעס און האָט רעקאָרדירט עטלעכע מײַסטערווערק אויף זײַן אינסטרומענט. כאָטש מע רעכנט, געוויינטלעך, נישט אַרײַן דעם אַקאָרדעאָן צווישן די קלעזמערישע „כּלים‟, באַווײַזט סטאַן, אַז מע האָט אים יאָ געשפּילט, בפֿרט אין קליינע אַנסאַמבלען.
דוד ליכט, באַוווּסט ווי דער פּײַקלער פֿון די „קלעזמאַטיקס‟, האָט אָנגעשריבן די לעקציע וועגן פּײַקלערײַ. זײַנע פֿריִערדיקע אינטערעסן אין פּויקן האָבן אַרײַנגענומען אַפֿריקאַנער מוזיק און ראָק־און־ראָל. אַרבעטנדיק אין אַ מוזיק־סטודיע, ווען עס האָט רעקאָרדירט די קאַפּעליע „קלעזמער־פּלוס‟, האָט ער זיך באַקענט מיטן עלטערן קלעזמער־פּײַקלער סײַ סאַלצבערג, און האָט אָנגעהויבן זײַן קלעזמער־קאַריערע.
דער באַסיסט־לערער דזשעף פּעקאַרעק איז געווען פֿאַרטיפֿט אין כּלערליי מינים פֿאָלקמוזיק, און ווען יעיל סטראָם האָט אים אין 1981 פֿאַרבעטן צו שפּילן אין דער גרופּע „זמירות‟, האָט ער מסכּים געווען. נאָרבערט סטייטשעל, דער קלאַרנעטיסט, שפּילט אויך סאַקסאָפֿאָן און פֿלייט מיט וועלט־באַרימטע גרופּעס. אין ניו־יאָרק זעט מען אים זעלטן אין קלעזמער־קאַפּעליעס.
אינעם קאַפּיטל וועגן געזאַנג, געשריבן פֿון דער זינגערין עליזיבעט שוואַרץ, גיט זי אַן איבערזיכט פֿון ייִדישן געזאַנג, וואָס הייבט זיך אָן, פֿאַרשטייט זיך, מיטן בית־המיקדש….
עס פֿאַרדריסט, וואָס אין דעם קאַפּיטל שרײַבט מען ווייניק וועגן פֿאָלקסלידער און פֿאָלקסגעזאַנג. מער אָרט גיט מען אָפּ חזנות, בדחנות און טעאַטער. ס’איז אמת, ווי שוואַרץ שרײַבט, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלקסגעזאַנג איז ענג פֿאַרבונדן מיט די קלאַנגען פֿון דער שיל, אָבער אַזאַ דערקלערונג, אָן קיין שום ווײַטערדיקע באַמערקונגען, ווײַזט נישט אָן אויפֿן חילוק צווישן די צוויי; דווקא אַזאַ אַנאַליז וואָלט טאַקע געווען נאָוואַטאָריש.
די רעדאַקציע פֿונעם בוך וואָלט געקענט זײַן בעסער; זאַכן ווערן איבערגעחזרט אין פֿאַרשיידענע קאַפּיטלעך און עס פֿאַלן אַרײַן אַ צאָל טעותן און אומפּינקטלעכקייטן. די מוסטערן פֿון מוזיק פֿאַר יעדן אינסטרומענט וועלן אַוודאי קומען צו ניץ דעם סטודענט, אָבער דער קלעזמער־לערנער דאַרף באַטראַכטן דאָס ביכל „שפּיל‟ נישט מער ווי אַן אַרײַנפֿיר צו דער טעמע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.