די מאַראָקאַנער ייִדן האָבן ענטוזיאַסטיש באַגריסט די רעסטאַווראַציע פֿון ייִדישע בית־עולמס אין מאַראָקאָ בעת דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון אַ נײַער אויסשטעלונג אין פּאַריז.
אינעם יאָר 2010 האָט די מאַראָקאַנער רעגירונג אָנגעהויבן צו פֿאַרווירקלעכן דעם פּלאַן אָפּצוהיטן די ייִדישע קבֿרים אינעם לאַנד. זינט דעמאָלט, האָט מען שוין רעסטאַוורירט לכל־הפּחות 167 בית־עולמס. דעם 1טן פֿעברואַר האָט זיך אין דער פֿראַנצויזישער הויפּטשטאָט געעפֿנט די אויסשטעלונג „דאָס הײַנטצײַטיקע מאַראָקאָ‟, אָרגאַניזירט דורכן פּאַריזער „אינסטיטוט פֿון דער אַראַבישער וועלט‟, וווּ מע האָט דערציילט וועגן דער רעסטאַווראַציע־אַרבעט.
סערזש בערדוגאָ, דער פּרעזידענט פֿונעם „ראַט פֿון מאַראָקאַנער ייִדישע קהילות‟, און אַ ספּעציעלער שליח פֿונעם מאַראָקאַנער קיניג, מאָכאַמעד דער זעקסטער, האָבן באַטאָנט, אַז דער פּראָיעקט איז אַ טייל פֿונעם אַלגעמיינעם טאָלעראַנטן צוגאַנג פֿון זײַן לאַנד, וואָס באַמיט זיך צו שאַפֿן אַ דיאַלאָג און דרך־ארץ פֿאַר אַנדערע רעליגיעס, להיפּוך צו געוויסע עקסטרעמיסטישע מוסולמענער.
בערדוגאָ איז אויפֿגעטראָטן אויף דער אויסשטעלונג בעת אַ ספּעציעלער אונטערנעמונג מיטן נאָמען „רעסטאַווראַציע פֿון די מאַראָקאַנער ייִדישע בתּי־חיים‟. אין דער אונטערנעמונג האָט זיך באַטייליקט דער פֿראַנצויזישער פּרעמיער־מיניסטער, מאַנועל וואַלס, און זשאַק לאַנג — דער ייִדישער טוער, וועלכער האָט פֿריִער געדינט ווי אַ מיניסטער פֿון קולטור, און איצט פֿירט ער אָן מיטן „אינסטיטוט פֿון דער אַראַבישער וועלט‟.
צווישן די חשובֿע געסט איז געווען די מאַראָקאַנער פּרינצעסן, לאַלאַ מעריעם, וועלכע האָט באַקומען אַ בריוו פֿון 27 רבנים, וועלכע האָבן באַדאַנקט דעם מאָנאַרך און זײַן מלוכה פֿאַרן רעסטאַווראַציע־פּראָיעקט. בעת דער אונטערנעמונג, האָט די עלטסטע שוועסטער פֿונעם קיניג באַלוינט דרײַ מאַראָקאָ־געבוירענע פֿראַנצויזן — אַ ייִד, אַ קריסט און אַ מוסולמענער — מיטן קיניגלעכן „אָרדן פֿונעם טראָן‟. דער באַלוינטער ייִד, הרבֿ מישל צרפֿתי, דינט ווי דער רבֿ אין דער דרומדיקער פּאַריזער פֿאָרשטאָט רי־אָראַנזשי. די אַנדערע צוויי מכובדים זענען געווען מישעל דובאָ, דער ביסקופּ פֿון עוורי, אַן אַנדער שטעטל אויף דרום פֿון פּאַריז, און כאַליל מערון, וועלכער פֿירט אָן מיטן מעטשעט אינעם זעלבן אָרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.