ווען ינון כּהן האָט פֿאַרלוירן ביידע זײַנע פֿיס בעת אַ טראַגישן אינצידענט מיט אַ גראַנאַט, בשעתן דינען אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי, האָט מען נישט געטראַכט, אַז ער וועט אַמאָל ווידער קענען גיין. און זיכער, וואָלט דעמאָלט קיינעם אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז וועט זיך אַראָפּגליטשן אויף די סקי פֿון די פֿעלדזיקע בערג („ראָקיס‟) אין אַמעריקע.
דינענדיק אין דער עליטע־ברידאַגע „גולני‟, האָט כּהן זיך טרענירט מיט 12 יאָר צו שיסן פֿון אַ גראַנאַטן־וואַרפֿער. על־פּי־צופֿאַל, האָט ער אויסגעשאָסן אין זײַנע אייגענע פֿיס. מיט אַ טאָג שפּעטער, ווען ער האָט זיך אויפֿגעוועקט אינעם חיפֿהר מעדיצינישן צענטער אויף רמב״םס נאָמען, האָבן די דאָקטוירים אים איבערגעגעבן, אַז צום גליק, איז ער געבליבן לעבן, אָבער געוואָרן אַן אינוואַליד.
הײַנט, שטייענדיק אויף די הויכע פֿאַרשנייטע בערג, 8,000 מײַל פֿונעם אָרט, וווּ די טראַגעדיע איז געשען, און מיט 8,000 פֿוס איבערן ים־ניוואָ, בעט כּהן דעם סקי־אינסטרוקטאָר צו לאָזן אים זיך אַראָפּצוגליטשן אָן דער ספּעציעלער אויסשטאַטונג, בלויז מיט דער הילף פֿון זײַנע פּראָטעז־פֿיס.
דאָס האָט זיך אײַנגעגעבן דעם פֿאַרוווּנדעטן געוועזענעם סאָלדאַט, אַ דאַנק דער פּראָגראַם „גולשים — לחיים־סקי‟, אָרגאַניזירט אין אַספּען, שטאַט קאָלאָראַדאָ, דורכן אָרטיקן ליובאַוויטשער רבֿ, מענדל מינץ. זײַענדיק אַליין אַ געניטער סקי־גליטשער, האָט דער רבֿ זיך באַקענט מיט די אַמעריקאַנער פּראָגראַמען פֿאַר פֿאַרוווּנדעטע מיליטערישע וועטעראַנען, און האָט באַשלאָסן צו שאַפֿן אַן ענלעכן פּראָיעקט פֿאַר די ישׂראלדיקע קרבנות פֿון אומגליק־פֿאַלן און טעראָר.
די פּראָגראַם ווערט שוין דורכגעפֿירט דאָס אַכטע יאָר. יעדן ווינטער, קומען קיין אַספּען אַרום אַ טוץ ישׂראלים, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט סקי־גליטשערײַ און אַנדערע מינים ספּאָרט. די גרופּע עסט פֿרישטיק און וועטשערע צוזאַמען אינעם חב״ד־צענטער, וווּ עס ווערן אויך דורכגעפֿירט פֿאַרשיידענע פֿאַרווײַל־אונטערנעמונגען. יעדער באַטייליקטער קאָסט דער פּראָגראַם אָפּ בערך 5,000 דאָלאַר; דאָס געלט קומט אָבער פֿון די אָרטיקע שטיצער. פֿאַר די ישׂראלים אַליין איז עס אומזיסט.
מינץ האָט דערקלערט, אַז די באַטייליקטע ווערן שטאַרק באַגײַסטערט, ווען זיי לערנען זיך אויס צו גליטשן זיך און טאָן אַנדערע זאַכן, ווי אַ געזונטער מענטש. דער רבֿ ברענגט אויף זײַן פּראָגראַם פּראָפֿעסיאָנעלע טרענירער, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט די אַמעריקאַנער אינוואַלידן, בתוכם פֿאַרוווּנדעטע מיליטער־לײַט. אַ סך אָנטיילמענער באַנוצט זיך מיט ספּעציעלע בענקלעך און אַנדערע מינים אויסשטאַטונג; דער צוועק איז אָבער אויסצולערנען די אינוואַלידן צו ווערן אומאָפּהענגיק, אויף וויפֿל ס׳איז מעגלעך.
די 37־יאָריקע אַריאלה אַלוש, וועלכע האָט זיך באַטייליקט אין דער פּראָגראַם דעם פֿאָריקן ווינטער, האָט איבערגעגעבן, אַז די נסיעה קיין אַמעריקע האָט שטאַרק געענדערט איר לעבן צום גוטן. אין אָקטאָבער 2004, ווען זי האָט פֿאַרבראַכט אינעם סיני־ראַיאָן פֿון עגיפּטן, האָבן די טעראָריסטן אויפֿגעריסן אַן אויטאָ לעבן דעם הויז, וווּ זי איז אײַנגעשטאַנען. אַחוץ די ערנסטע שראַפּנעל־וווּנדן, האָט זי געליטן פֿון אַ פּסיכאָלאָגישער טראַוומע און האָט במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט מורא געהאַט אַרומצופֿאָרן אויף וואַקאַציעס. אַלוש האָט געזאָגט, אַז צום ערשטן מאָל, 10 יאָר נאָכן אינצידענט, האָט זי זיך דערפֿילט ממש „באַלויכטן‟ נאָכן פֿאַרברענגען אין די קאָלאָראַדער בערג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.