די אָרגאַניזאַציע „אינטערנאַציאָנאַלע חבֿרשאַפֿט פֿון קריסטן און ייִדן‟ (IFJC) האָט צוגעזאָגט אויסצוטיילן אַ סומע פֿון 650,000 דאָלאַר, כּדי צו העלפֿן די ייִדן אין די קאָנפֿליקט־זאָנעס פֿון מיזרח־אוקראַיִנע אין אויסעראָדנטלעכע סיטואַציעס.
הרבֿ יחיאל עקשטיין, דער גרינדער און פּרעזידענט פֿון IFJC, האָט דעם 8טן פֿעברואַר דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז דער פֿאָנד וועט באַזאָרגן די ייִדישע תּושבֿים פֿון אַזעלכע שטעט, ווי דאָנעצק און מאַריופּאָל, וווּ עס גייען איצט אָן שלאַכטן צווישן דער אוקראַיִנישער אַרמיי און פּראָ־רוסישע סעפּאַראַטיסטן, מיט מעדיקאַמענטן, שפּײַז, וווין־ערטער און זיכערהייט־מיטלען.
עקשטיין האָט באַטאָנט, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע וועט טאָן אַלץ, וואָס איז מעגלעך, כּדי אינעם קאָנפֿליקט־ראַיאָן זאָל קיין ייִד נישט בלײַבן אָן אַ היים אָדער הונגעריק. מיט דער הילף פֿונעם נײַעם פֿאָנד, פּלאַנירט מען אַרויסצושיקן טויזנטער פּעקלעך מיט פּראָדוקטן און רפֿואות, אָנצוהאַלטן אַ צאָל גאָרקיכן במשך פֿון דרײַ חדשים, און צו פֿאַרזיכערן די שילן און ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין דאָנעצק, לוגאַנסק און מאַריופּאָל.
הרבֿ מענדל כּהן, וועלכער דינט שוין 9 יאָר ווי דער רבֿ און דער ליובאַוויטשער שליח אין מאַריופּאָל, האָט איבערגעגעבן, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט באַטרעפֿט בערך 7,000 נפֿשות. לעצטנס, זענען בערך 15 פּראָצענט אָרטיקע ייִדן אַנטלאָפֿן צוליב דער מלחמה. דעם 24סטן יאַנואַר איז מאַריופּאָל באַשאָסן געוואָרן מיט צענדליקער ראַקעטן; 30 מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן און נאָך מער ווי 100 פֿאַרוווּנדעט.
מאָנטיק, דעם 9טן פֿעבואַר, האָט כּהן איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז ס׳רובֿ ייִדן קלײַבן זיך נישט אַוועקצופֿאָרן. במשך פֿון די לעצטע חדשים האָבן אָבער די ייִדישע קהילות אין מאַריופּאָל און אַ צאָל אַנדערע מיזרח־אוקראַיִנישע שטעט געליטן פֿון אַ גרויסן היזק. אַ סך ייִדן זענען אַוועקגעפֿאָרן אין אַנדערע שטעט אָדער אימיגרירט קיין ישׂראל. די, וואָס בלײַבן יאָ אין דער קאָנפֿליקט־זאָנע, נייטיקן זיך אין דער אויסלענדישער הילף. IFJC טיילט אויס יעדעס יאָר בערך 20־25 מיליאָן דאָלאַר, כּדי צו העלפֿן די ייִדן אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. בערך אַ העלפֿט פֿון דער דאָזיקער סומע ווערט געשיקט קיין אוקראַיִנע. אַחוץ דעם באַוואָפֿנטן קאָנפֿליקט און פּאָליטישע מהומות, לײַדן די אוקראַיִנישע ייִדן פֿון דער וואַקסנדיקער אינפֿלאַציע פֿון דער נאַציאָנאַלער וואַלוטע, הריוונע.
די אָרגאַניזאַציע האָט אויך געשאַפֿן אַ ייִדישן פּליטים־לאַגער אין דער צענטראַל־אוקראַיִנישער שטאָט זשיטאָמיר, בשותּפֿות מיט דער „פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אינעם פֿאַרבאַנד פֿון אומאָפּהענגיקע מלוכות‟. די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט אַ שײַכות צו חב״ד, פֿאַרנעמט זיך מיט די ייִדישע קהילות אין די געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן. יעדן טאָג קומען אָן אינעם לאַגער צענדליקער נײַע פּליטים.
די ייִדיש־קריסטעלעכע אָרגאַניזאַציע העלפֿט אויך צו עמיגרירן קיין ישׂראל. כּהן האָט אָבער דערקלערט, אַז ווײַט נישט אַלע אוקראַיִנישע ייִדן ווילן אַוועקפֿאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.