דאָס עשירות פֿונעם גערעדטן ייִדיש אין זינגלידער

The Richness of Spoken Yiddish in Song

פֿון רעכטס: מאַרק וואַרשאַווסקי, זעליק באַרדיטשעווער, מרדכי געבירטיג און חיים־נחמן ביאַליק
פֿון רעכטס: מאַרק וואַרשאַווסקי, זעליק באַרדיטשעווער, מרדכי געבירטיג און חיים־נחמן ביאַליק

פֿון הערשל גלעזער

Published February 10, 2015, issue of March 06, 2015.

מיטן בהדרגהדיקן אַוועקגיין פֿונעם לעצטן ייִדיש־ייִדן, געבוירענע אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַרן חורבן, וועלן מיר, ליבהאָבערס פֿון מאַמע־לשון, בלײַבן אָן אַ שיעור אָרעמער. צווישן די אוצרות וואָס וועלן פֿאַרלוירן ווערן, וועט זײַן דאָס גערעדטע לשון ווי ס׳האָט געקלונגען אין די הונדערטער שטעט און שטעטלעך.

פֿונדעסטוועגן, וועלן בלײַבן שפּורן דערפֿון: בײַ די חסידים הערט מען ווײַטער ס’אונגערישע ייִדיש, בײַ וועלטלעכע — ס׳פּוילישע און ס׳אוקראַיִנישע. בײַם לייענען די ליטעראַטור דערזעט דער דיאַלעקטאָלאָג אויך שפּראַכיקע פֿאַקטן, וואָס נעמען זיך פֿונעם גערעדטן לשון. מע קען אָבער רויִק רעדן און לייענען ייִדיש אָן קיין ספּעציעל קענטעניש.

אַנדערש איז אָבער בײַם זינגען. כּדי לידער זאָלן זיך גראַמען, מוז מען קענען דעם געאַגראַפֿישן אָפּשטאַם פֿונעם שרײַבער. דערצו איז דאָ נישט גענוג צו קענען בלויז די באַקאַנטע הויפּט־דיאַלעקטן, ווײַל גראָד אַ טייל וויכטיקע שרײַבערס האָבן געשטאַמט פֿון אַזעלכע העקן, וווּ דער אַרויסרעד איז אַזוי עקזאָטיש, אַז זייערע גראַמען ווערן פֿאַרקוקט.

נו, זענען די שרײַבערס אומבאַקאַנטע, וואָס בײַם דערהערן זייער נאָמען וועט דער לייענער אַ קוועטש טאָן מיט די פּלייצעס? פּונקט פֿאַרקערט! זיי זענען דווקא פֿון די סאַמע באַליבטסטע: מאַרק וואַרשאַווסקי, מרדכי געבירטיג, זעליק באַרדיטשעווער, אַפֿילו חיים־נחמן ביאַליק.

לאָמיר אָנהייבן מיט וואַרשאַווסקין. ער האָט געוווינט און געאַרבעט לאַנגע יאָרן אין קיִעוו, וווּ ער איז געווען אַן אָרעמער אַדוואָקאַט — ווען ער וואָלט מצליח געווען אין דער קאַריערע, ווער ווייסט, וואָלט ער אפֿשר נישט געשאַפֿן די לידער זײַנע? — און שטודירט אין זשיטאָמיר; אָבער זײַן לשון שפּיגלט אָפּ זײַן געבוירן־שטאָט, אַדעס. זײַנע לידער זענען אָנגעפּיקעוועט מיט גראַמען אויפֿן סמך פֿונעם אָדעסער (און בכּלל דרום־אוקראַיִנישן) „טאָטע־מאָמע־לשון“ — דאָס אַרויסרעדן דעם פּתח אַלף A אַזוי ווי קמץ אַלף O. אָט וועלן מיר זען צוויי דוגמות. נעמט, אַ שטייגער, וואַרשאַווסקיס „די ראָד (כּלהס צד)“, הײַנט בעסער באַקאַנט ווי „די מיזינקע אויסגעגעבן“:

אײַזיק! מזיק!
די באָבע גייט אַ קאָזיק!
קיין עין־הרע, זעט נאָר, זעט,
ווי זי טופּעט און ווי זי גייט,
אוי, אַ שׂימחה, אוי, אַ פֿרייד —
די מיזינקע אויסגעגעבן!

מילא, קינדער אין די וויגן קענען דעם גראַם „זעט/גייט/פֿרייד“ — אַזוי איז אין כּמעט גאַנץ אוקראַיִנע, ווי אויך באַסאַראַביע, רומעניע, בוקעווינע, אַפֿילו מיזרח־גאַליציע. אָבער ווי זשע גראַמט מען „מזיק“ און „קאָזיק“? ס׳רובֿ זינגערס גראַמען דאָ נישט; בײַ איינעם איז אויסגעקומען צו הערן ס’וואָרט „קאָזיק“ מיט אַ פּתח, וואָס דאָס איז, ער זאָל מיר מוחל זײַן, אַן אַבסורד. ווי זשע דען? אין די שייכדיקע מקומות רעדט מען אַרויס „מזיק“ מיט אַ קמץ: „מאָזיק“. פּראָסט־פּשוט.

דאָס זעלביקע צו הערן וועגן וואַרשאַווסקיס „דאָס פֿריילעכע שנײַדערל“, וואָס מיר קענען הײַנט אונטערן נאָמען „די יום־טובֿדיקע טעג“:

צו די פֿיש האָב איך גאָר קיין טענה
זענען גוט געפֿעפֿערט און געזאַלצן
אַז מע נעמט זיי אין מויל — לעבן זאָל חנה!
ווערן זיי אין מויל צעשמאָלצן.

ווי זשע גראַמט מען „געזאַלצן“ און „געשמאָלצן“? יאָ — מע רעדט אַרויס „געזאַלצן“ מיט אַ קמץ.

אויך זעליק באַרדיטשעווער, אַ געבוירענער אין בעלץ, באַסאַראַביע, גראַמט אין זײַנע לידער אויף דעם שטייגער. נעמט, למשל, זײַן „מלאָכה — מלוכה“:

„גיסט און גיסט אַ רעגנדל,
וואַקסט און וואַקסט די בלאָטע
זיץ איך אויפֿן בענקעלע,
לאַטעווע און לאַטע.

פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָ גראַמט זיך „בלאָטע“ מיט „לאַטע“, ביידע אַרויסגערעדט מיט אַ קמץ.

געבירטיגן וועלן מיר לאָזן אין אַ זײַט, ער איז שוין אַ מעשׂה פֿאַר זיך. איז לאָמיר זיך באַנוגענען מיט ביאַליקן. כאָטש ער האָט געשריבן ס׳רובֿ אויף עבֿרית (אָבער מיט דער אַשכּנזישער הבֿרה, נישט מיט דער אַזוי גערופֿענער ספֿרדישער, וואָס איז אָנגענומען אין ישׂראל) האָט ער אויך „געזינדיקט“ מיט מאַמע־לשון. ביאַליק איז געבוירן געוואָרן אין אַ דאָרף, ראַדי, אין אוקראַיִנע, וואָס ביז אַהער האָב איך עס נישט געפֿונען אויף קיין שום מאַפּע. פֿון זײַנע גראַמען, אָבער, דערקענט מען, אַז ער האָט געשטאַמט נישט פֿון דרום־אוקראַיִנע, אַזוי ווי וואַרשאַווסקי, נאָר פֿון צפֿון, וווּ מע רעדט נישט קיין קמץ פֿאַר אַ פּתח, נאָר אַ חיריק I גאָר פֿאַר אַ סגול עין E: „שטיטל“ פֿאַר „שטעטל“, „ליבן“ פֿאַר „לעבן“, „זין“ פֿאַר „זען“. אָט איז אַ סטראָפֿע פֿון זײַן ליד „אונטער די גרינינקע ביימעלעך“:

אונטער די גרינינקע ביימעלעך,
שפּילן זיך משהלעך, שלמהלעך,
ציצית, קאַפּאָטקעלעך, פּאהלעך,
ייִדעלעך פֿריש פֿון די אייעלעך.
גופֿימלעך, שטרוי, רויך און פֿעדערלעך,
כאָטש נעם און צעבלאָז זיי אויף גלידערלעך:
כאַפּן זיי אויף גרינגע ווינטעלעך,
און עס צעטראָגן זיי פֿייגעלעך.

דאָ אינטערעסירן אונדז די ערשטע צויי שורות, ווי אויך די פֿיפֿטע און זעקסטע. „ביימעלעך/שלמהלעך“, וווּ „שלמהלעך“ ווערט אַרויסגערעדט „שליימעלעך“, אויפֿן ליטווישן שטייגער, ווײַזט אונדז, אַז אין דעם פּרט איז צפֿון־אוקראַיִנע אַ טייל פֿון דער ליטע. „פֿעדערלעך/גלידערלעך“, ווידער וואָס קיין זינגער אָדער לערער וואָס האָט קיין מאָל געהערט דאָס „חיריק־לשון“ וואָלט אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן זיי צו גראַמען, זענען פּערפֿעקט אויב מע ווייסט, אַז דעם ערשטן עין פֿון „פֿעדערלעך“ רעדט מען אַרויס מיטן זעלביקן I־קלאַנג וואָס „גלידערלעך“.

איז לאָז איך אַרויס אַ קול־קורא צו די זינגערס: בײַ די גראַמען דערוויסט זיך ווי אַזוי דער שרײַבער האָט אַרויסגעברענגט דעם טעקסט און זינגט אויף זײַן אָדער איר שטייגער! אויב נישט ס’גאַנצע ליד, איז כאָטש אין די גראַם־פּאָזיציעס. אויף דעם אופֿן וועלן מיר אָפּהיטן אַ קליינעם חלק פֿונעם עשירות פֿונעם גערעדטן ייִדיש.