נײַעס פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published February 10, 2015, issue of March 06, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אָבער עס טוט וויי צו לייענען די מוזיי־טעקסטן נישט נאָר וועגן וואַרשע. נעמט, למשל, דאָס שטעטל פּשיסכע, וואָס האָט געשפּילט אַזאַ טשיקאַווע ראָלע אין אונדזער פּויליש-ייִדישער געשיכטע. לויט דעם ייִדישן מוזיי איז דער ערשטער פּשיסכער צדיק יעקבֿ יצחק בן אשר „דער ייִד הקדוש‟ איינער פֿון די גרינדער פֿון דעם חב״ד.

חב״ד איז געגרינדעט געוואָרן אין ווײַסרוסלאַנד. זלמן שניאור, דער גרינדער פֿון חב”ד שטאַמט פֿון ליאַדי לעבן סמאָלענסק, און דאָס שטעטל ליובאַוויטש, דער צענטער פֿון די חב״דניקעס, איז אַ מרחק פֿון איין טויזנט קילאָמעטער פֿון פּשיסכע. פֿון פּשיסכע קיין ווין איז אַ סך נענטער.

פּשיסכע האָט געהאַט אַן אייגענע חסידישע דינאַסטיע. דער גערער רבי, דער קאָצקער און אַנדערע גדולים זענען אַלע געווען תּלמידים פֿונעם פּשיסכן רבין. מיט חב”ד האָט פּשיסכע גאָרנישט צו טאָן.

ראָמאַן פֿריסטער ז״ל
ראָמאַן פֿריסטער ז״ל

דער זשורנאַליסט ראָמאַן פֿריסטער ז״ל

דעם 9טן פֿעברואַר איז אַוועק אין דער אייביקײט דער שרײַבער און זשורנאַליסט ראָמאַן פֿריסטער. ראָמאַן פֿריסטער איז געבוירן געוואָרן אין 1928 אין ביעלסקאָ, פּוילן. ער האָט געזען מיט די אייגענע אויגן ווי אין קראָקע האָט דער הויפּט־שטורמפֿירער ווילהעלם קונדע צעשפּאַלטן זײַן מאַמעס קאָפּ מיטן רעוואָלווער. ער איז געווען אַן עדות בײַם קונדעס מישפּט אין 1967 אין דײַטשלאַנד. קונדע איז דעמאָלט פֿאַרמישפּט געוואָרן אויף זיבן יאָר תּפֿיסה.

ראָמאַן פֿריסטערס טאַטע איז אומגעקומען אין מאַוטהאַוזען.

פֿריסטער איז פֿאַרשיקט געוואָרן קיין אוישוויץ. באַפֿרײַט האָט מען אים אין מאַוטהאַוזען. נאָך זײַן עליה איז פֿריסטער געוואָרן אַ פּראָמינענטער זשורנאַליסט אין דער ישׂראלדיקער צײַטונג „הארץ‟.

ער האָט אויך געאַרבעט פֿאַר „ראַדיאָ פֿרײַע אייראָפּע‟ און „בי־בי־סי‟ —אין דער פּוילישער שפּראַך.

אין די לעצטע יאָרן האָט ער געוווינט מיט זײַן פֿרוי אין פּוילן און אין ישׂראל. צווישן זײַנע ביכער: „דאָס היטל, אָדער דער פּרײַז פֿון לעבן‟ און „אוממעגלעכע ליבע — אשר לוי בענקט נאָך דײַטשלאַנד‟, וואָס איז דערשינען אויך אין ענגליש — .IMPOSSIBLE LOVE — ASHER LEVI’S LONGING FOR GERMANY

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.