שאַנכײַ האָט לעצטנס זיך געוואָנדן צו „יונעסקאָ‟ צו באַצייכענען די געגנט, וואָס האָט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה געדינט די ייִדישע פּליטים ווי אַ מקום־מיקלט, ווי אַ טייל פֿון איר רשימה פֿון וויכטיקע היסטאָרישע ערטער.
בערך 20,000 ייִדישע פּליטים פֿון די נאַציס האָבן געוווינט אין שאַנכײַ, אין דער געגנט טילאַנקיאָ.
די שאַנכײַער רעגירונג האָט אויך געמאָלדן, אַז זי האָט בדעה ווידער אויפֿצובויען אַ קאַפֿע, וווּ די ייִדישע פּליטים פֿלעגן זיך פֿאַרזאַמלען. דער „ווינער קאַפֿע־רעסטאָראַן‟, געעפֿנט אין 1939, וועט שטיין אַנטקעגן דעם „מוזיי פֿון די ייִדישע פּליטים אין שאַנכײַ‟. דער קאַפֿע איז צעשטערט געוואָרן אין 2009, כּדי צו פֿאַרגרעסערן די שטאָטישע אונטערבאַן־סיסטעם.
די ערשטע ייִדישע פּליטים זענען געקומען אין שאַנכײַ אין 1934 און אַ סך פֿון זיי זענען געווען דאָקטוירים און דענטיסטן פֿון דײַטשלאַנד. די אָרטיקע אײַנוווינער זענען געווען אַזוי גליקלעך מיט די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿעיִקייטן פֿון די ייִדן, אַז די ייִט״אַ האָט דעמאָלט אָפּגעדרוקט די נײַעס מיטן איראָנישן קעפּל, „כינע באַדאַנקט די נאַציס פֿאַר די דײַטשיש־ייִדישע דאָקטוירים‟.
אין 1937 האָבן די יאַפּאַנער פֿאַרכאַפּט כינע, און כאָטש די שלאַכטן האָבן גורם געווען שׂריפֿות און עוואַקואַציעס, איז שאַנכײַ אונטער די יאַפּאַנער געוואָרן אַ „פֿרײַע‟ שטאָט, און במילא אַ מקום־מיקלט פֿאַר טויזנטער אַנדערע אייראָפּעיִשע ייִדן. אין 1938־1939 האָט אַ כינעזישער גענעראַל־קאָנסול אין ווין, האָ פֿענג שאַן, אויסגעטיילט וויזעס פֿאַר טויזנטער ייִדן, און איז שפּעטער טאַקע באַצייכנט געוואָרן ווי „דער כינעזישער שינדלער‟.
די ייִדן האָבן געפֿירט אַן אַקטיוו געזעלשאַפֿטלעך לעבן און אין 1939 איז געגרינדעט געוואָרן אַ ייִדישע צײַטונג אויף ענגליש, Shanghai Jewish Chronicle. אין 1943 האָבן די דײַטשן געהייסן די יאַפּאַנער פֿאַרשפּאַרן די ייִדן אין אַ געטאָ, וואָס איז באַקאַנט געוואָרן ווי די שאַנכײַער געטאָ. נאָך דער מפּלה פֿון יאַפּאַן אין 1945 האָבן טויזנטער ייִדן אָבער פֿאַרלאָזט שאַנכײַ. אַ טייל האָבן זיך אומגעקערט קיין דײַטשלאַנד און עסטרײַך, כּדי צו פּרוּוון צוריקבאַקומען זייער האָב־און־גוטס, און די אַנדערע זענען אַוועק קיין ארץ־ישׂראל, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אויסטראַליע און דרום־אַמעריקע.
בעת אַ ווידערטרעף פֿון 108 געוועזענע שאַנכײַער ייִדישע אײַנוווינער אין 2006, האָט רענע ווילדאָרף, דער 78־יאָריקער אָרגאַניזירער פֿון דער פֿאַרזאַמלונג, געזאָגט דער ייִט׳אַ: „די כינעזער זענען אַן איידל פֿאָלק. זיי האָבן אונדז קיין מאָל נישט געטשעפּעט, און די יאַפּאַנער, וואָס האָבן אָקופּירט שאַנכײַ — אויך נישט. ביידע האָבן געהאַט דרך־ארץ פֿאַר די ייִדן וואָס וווינען צווישן זיי.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.