דער עסטרײַכישער פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אַרמין אײַדהער באַשרײַבט די אײגנאַרטיקײט פֿון אַלכּסנדר שפּיגלבלאַטס פּאָעזיע װי „כּמו־מעטאַפֿיזישע דאָיִקײט‟. אין זײַנע לידער ברענגט שפּיגלבלאַט צונױף צװײ עיקרדיקע טראַדיציעס פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור — די װעלטלעכע דאָיִקײט און די רעליגיעזע מעטאַפֿיזיק. אין אַ געװיסן זין פֿאַרסך־הכּלט די נײַע זאַמלונג פֿון שפּיגלבלאַטס לידער, „מיטן ניגון פֿון בלעטערפֿאַל‟, דעם גאַנצן גאַנג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע. דאָס זאַמלבוך איז כּולל לידער, װאָס דער דיכטער האָט אָנגעשריבן אין די לעצטע פֿיר יאָר פֿון זײַן לעבן, צװישן 2009 און 2013.
שפּיגלבלאַט, װאָס האָט לאַנגע יאָרן אָפּגעאַרבעט װי דער רעדאַקציע–סעקרעטאַר פֿון „די גאָלדענע קײט‟, איז געװען אײנער פֿון די בעסטע קענער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, און זײַנע לידער זײַנען דורכגעזאַפּט מיט ליטעראַרישע מאָטיװן. אין תּוך גענומען איז זײַן לעצטער זאַמלבוך אַ ליטעראַרישע צװאה, אָנגעשריבן װי אַ שמועס מיט זײַנע פֿאָרגײער און מיטצײַטלער, ייִדישע שרײַבער און דיכטער פֿונעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט. די ליטעראַרישע העלדן, װי בנימין השלישי און סענדערל, „האָבן אַ פֿלאַקער געטאָן פֿון עולם־האמת / מיט די פּאָלעס פֿון זײערע געהאַקטע קאַפּאָטעס / און זיך אַראָפּגעלאָזט אין אַ שפּעטער אלול־נאַכט / אױפֿן מאַרק פֿון דער חרובֿער קהילה טונעיאַדעװקע.‟ אין די דאָזיקע שורות זעט מען בפֿירוש די פֿאַקטור פֿון שפּיגלבלאַטס „כּמו־מעטאַפֿיזישע דאָיִקײט‟: מענדעלעס געשטאַלטן קומען אַראָפּ פֿון דער אײביקײט, אָבער ניט אין אונדזער מענטשלעכער װעלט, נאָר אינעם „עולם־התּוהו‟, אין דער חרובֿער װעלט פֿונעם מיזרח־אײראָפּעיִשן שטעטל. דעם „זײדנס‟ איראָנישער חלום טרעפֿט זיך אָן מיט דער טראַגישער װירקלעכקײט פֿונעם חורבן.
די טאָג־טעגלעכע זאַכן טראָגן אין זיך אַ טיפֿן סימבאָלישן באַטײַט: „אַ רעפֿטל ברױט אױפֿן װײַסן טישטעך, / װי אַן אינדזל װאַקסט אַרױס אין מיטן ים‟. דער דאָזיקער ים ליגט אין דער טיפֿעניש פֿון דעם דיכטערס יחידישער און פֿאַרװוּנדעטער נשמה: „אױסער מיר איז קײנער רונד אַרום נישטאָ, / אױסער מיר, און מײַן זכּרון, װי אַ װוּנד אַן אָפֿענע.‟ דער זכּרון שװימט דורכן צײַט־ים, אָבער בגוף געפֿינט זיך דער דיכטער דאָ, אין דער הײַנטיקער װעלט. און די סאַמע פֿעסטע און פֿאַרלאָזלעכע פֿאַרקניפּונג צװישן דעם עבֿר און דעם הײַנט שאַפֿן די זאַכן. מענטשן גײען אַװעק אין דער אײביקײט, בעת זײערע זאַכן בלײַבן. דערפֿאַר, זאָגט דער דיכטער, „זײַ גוט צו די זאַכן, / די שטומע עדות פֿון קיִום פֿון דײַנעם, / זײַ גוט צו די זאַכן, / זײ װעלן דיך געדענקען.‟ ניט די לעבעדיקע מענטשן נאָר די טױטע זאַכן דינען װי פֿאַרלאָזלעכע שומרים פֿונעם אײביקן זכּרון: „מען זאָגט, אַז אין זאַכן / צאַנקט נאָך אַ ניצוץ, אַ פֿונק / פֿון דער װעלט־נשמה / דער אײביקער.‟
דער דיכטערישער כּוח־הדמיון לאָזט זיך אױפֿװעקן דורך סאַמע נישטיקע קלײניקײטן, װי אַ ריח אָדער אַ קלאַנג, „הײמישע ריחות‟ פֿון „שפּעצערײַ־געװעלבן‟, פֿון „שניטװאַרג־קראָמען‟, אָדער אַפֿילו פֿון „המונען אױפֿן מאַרק‟ — טראָגן דעם דיכטערס פֿאַנטאַזיע אַװעק „װי אױף אַ צױבער־טעלער / איבער שפּילעװדיקע, טומלענדיקע מחנות, / צאַפּלדיקע צװישן ליכט און שאָטן, / צװישן עצבֿות און געזאַנג…‟ אָט דער דאָזיקער געפֿיל פֿונעם בינו־לבינו–צושטאַנד, פֿון זײַן צװישן דאָ און דאָרט, צװישן פֿרײד און װײטיק, צװישן הײַנט און נעכטן, איז זײער כאַראַקטעריש פֿאַר שפּיגלבלאַטס דיכטערישן געדאַנקענגאַנג. זײַנע לידער זײַנען אַ מין מחיצה: „זי שנײַדט מיך אַדורך װי אַ בליץ אין אַ שטורעם / און װײטיק און פֿרײד צוזאַמענגעגאָסן / שטראָמען אין מיר, און איך װײס ניט װוּהין‟. דער דיכטער בלײַבט שטעקן אין דער מיט, צעשפּאָלטן צװישן דעם חלום און דער װאָר.
שפּיגלבלאַט האָט פֿולקום באַהערשט די פּאָעטישע מלאכה. זײַן חוש פֿאַר דער פֿאָרם און דער שפּראַך דערמעגלעכט אים אױסצודריקן די סאַמע צאַפּלדיקע געפֿילן און טיפֿזיניקע מחשבֿות פּראָסט און עלעגאַנט. זײַנע פּאָעטישע קרובֿים זײַנען זײַנע לאַנדסמענער איציק מאַנגער און אליעזר שטײנבאַרג, און אױך משה־לײב האַלפּערן. בײַ זײ האָט ער זיך אָנגעלערנט געשליפֿענע פּינקטלעכקײט, טרעפֿלעכקײט און טרױעריקע איראָניע, װאָס די װאָרצלען ליגן אין דער ייִדיש־דײַטשישער, לרובֿ עסטרײַכישער, ליטעראַרישער טראַדיציע. אָבער „די װעלט, משה־לײב, שטײט ניט מער אין דרױסן.‟ אַ נײַער קעניג „מיט וועלפֿישע אױגן‟ איז געקומען און חרובֿ געמאַכט די אַלטע װעלט. „און טאַקע אומעטיק, משה־לײב, / װען דער קיניג לאַכט, / זײער אומעטיק, משה־לײב.‟ די אַלטע װעלט, װוּ די פּאָעטן, משה־לײב האַלפּערנס יורשים, זײַנען געװען „בטלנים, לצנים, און בגדי־חלומות‟, איז מער ניטאָ.
דאָס נײַע דיכטערישע לשון פֿון דער נאָך־חורבן־תּקופֿה האָט שפּיגלבלאַט זיך געלערנט בײַ אַבֿרהם סוצקװערן. פֿונעם דאָזיקן קװאַל שטאַמט דער פֿילאָסאָפֿיש־מעטאַפֿיזישער שטראָם אין זײַן דיכטונג, מיט די װאָרצלען אין דער רוסישער און פּױלישער דיכטונג. אַזױ אַרום פֿאַרשליסט שפּיגלבלאַט דעם פּאָעטישן קאַנאָן פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן מיט „די יונגע‟, דער „קיִעװער גרופּע‟ און דעם פּױלישן אַװאַנגאַרד פֿון די 1920ער יאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.