(די 2 טע זײַט פֿון 2)
צום באַדויערן, ווערט אין דעם סיכסוך אויסגעניצט ווי אַ קאָזער־קאָרט די חורבן־טראַגעדיע. דער צענטער „חורבן‟ באַשולדיקט די אַקאַדעמיע אין אַנטיסעמיטיזם און פֿאַראַכטונג צו דעם אָנדענק פֿון די קרבנות, און די אַקאַדעמיע באַשולדיקט דעם צענטער אינעם אויסניצן דעם אָנדענק פֿון די קרבנות אין זײַנע אייגענע צילן.
דער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ האָט אַרויסגעגעבן אַ רוסישע איבערזעצונג פֿון „ראשית חכמה און ספֿר הטעמים‟ — אַבֿרהם אבן־עזראס אַסטראָלאָגישער טראַקטאַט און אַ קאָמענטאַר צו אים. דאָס איז שוין אַ צווייטע אויסגאַבע פֿונעם בוך, ווײַל די ערשטע, געדרוקטע מיט 5 יאָר צוריק, איז שוין לאַנג אויספֿאַרקויפֿט געוואָרן.
מאָנטיק דעם 9טן פֿעברואַר האָט זיך אין מאָסקווע געעפֿנט די אינטערנאַציאָנאַלע אויסשטעלונג פֿון לעבנסמיטלען „פּראָדעקספּאָ-2015‟. דאָס יאָר איז די לאַגע אויף דעם מאַרק פֿון לעבנסמיטלען אין רוסלאַנד קאָמפּליצירט צוליב די קאָנטער־סאַנקציעס (נאָך דעם ווי די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע און דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד האָבן אײַנגעפֿירט עקאָנאָמישע און פּאָליטישע סאַנקציעס קעגן רוסלאַנד, האָט די רוסישע רעגירונג פֿאַרווערט דעם אַרײַנפֿיר פֿון שפּײַז־פּראָדוקציע פֿון די דאָזיקע לענדער). אָבער עס האָבן זיך באַוויזן נײַע פּראָדוצענטן, און צווישן זיי די כּשרע קאָמפּאַניעס. אין דער אויסשטעלונג האָט אָנטייל גענומען דער כּשרות־דעפּאַרטאַמענט פֿון מאָסקווער רבנות, וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט כּשרע לעבנסמיטלען, וואָס ווערן פּראָדוצירט אין רוסלאַנד. די אויסשטעלונג וועט זײַן אָפֿן 5 טעג.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט איז פֿון סאַנקט־פּעטערבורג: די פּעטערבורגער ייִדישע קהילה האָט אָנגעהויבן צו פֿאַרעפֿנטלעכן די רשימה פֿון מענטשן, וואָס זענען געשטאָרבן בעת דער בלאָקאַדע פֿון לענינגראַד, באַגראָבן אינעם ברידער־קבֿר פֿונעם ייִדישן בית־עלמין. דער ערשטער טייל פֿון דער רשימה שליסט אײַן 344 נעמען. די רשימה ווערט צונויפֿגעשטעלט אויפֿן סמך פֿון די הויז־ביכער און מינדלעכע אויפֿווײַזן פֿון די שכנים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.