אויפֿטרעטנדיק אין דעם גרעסטן צענטער פֿון חורבן־בילדונג אין יאַפּאַן, דערקלערט אַ יונגער אַקטיאָר וועגן דער דילעמע, אויף וועלכער אַ יאַפּאַנישער דיפּלאָמאַט האָט זיך אָנגעשטויסן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
אינעם יאָר 1940, האָט טיונע סוגיהאַראַ, וועלכער האָט דעמאָלט געדינט ווי דער יאַפּאַנישער וויצע־קאָנסול אין ליטע, באַשלאָסן נישט צו פֿאָלגן די באַפֿעלן פֿון זײַן מלוכה און האָט דערלויבט זעקס טויזנט מענטשן אַרײַנצוקומען קיין יאַפּאַן. אַ טייל פֿון זיי האָט זיך צוליב דעם אײַנגעגעבן איבערצולעבן די מלחמה.
אין דער אַמאָליקער יאַפּאַנישער אימפּעריע, וווּ עס האָט געהערשט אַ שטרענגע מיליטערישע דיסציפּלין, איז עס געווען אַ שווערער און סכּנותדיקער באַשלוס. דער יונגער אַקטיאָר, וועלכער האָט אויסגעפֿירט סוגיהאַראַס ראָלע, האָט דערציילט די קינדער וועגן דער סכּנה פֿון נאַציאָנאַליזם, וואָס בלײַבט אַקטועל נישט בלויז אין אייראָפּע, נאָר אויך אין יאַפּאַן.
דער צענטער פֿאַר חורב־בילדונג האָט זיך געעפֿנט אין דער שטאָט פֿוקוּיאַמע, אינעם יאָר 1995, בערך 60 מײַל פֿון היראָשימע — דאָס טרויעריק באַרימטע אָרט פֿון דער אַמעריקאַנער אַטאָמישער באָמבאַרדירונג. די אָרגאַניזאַציע „בית־שלום‟, וועלכע האָט געגרינדעט די אינסטיטוציע, איז אַ פּראָ־ישׂראלדיקע קריסטלעכע גרופּע מיטן צענטער אין קיאָטאָ. אינעם יאָר 2007 האָט דער צענטער זיך איבערגעקליבן אין אַ גרעסערן בנין פֿון 20,000 קוואַדראַט־פֿוס.
צענדליקער טויזנט קינדער האָבן זיך שוין באַקענט מיט דער געשיכטע פֿונעם נאַצי־גענאָציד, אַ דאַנק דער טעטיקייט פֿונעם דאָזיקן בילדונג־אַנשטאַלט. דעם קומענדיקן פֿרילינג, פּלאַנירט אַ גרופּע פֿון 20 יאַפּאַנישע מיידלעך אויפֿצוטרעטן מיט חורבן־לידער אויף ייִדיש און העברעיִש אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַנאַ פֿראַנקס זכרונות זענען הײַנט גאַנץ פּאָפּולער אין יאַפּאַן.
אין די יאַפּאַנישע שולן פֿאַרשווײַגט מען אָבער די סתּירותדיקע פֿאַרבינדונג צווישן יאַפּאַן און די נאַציס בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווי אויך די כּמו־פֿאַשיסטישע סיסטעם פֿון דער מיליטאַריסטישער יאַפּאַנישער אימפּעריע, וועלכע איז באַגאַנגען בפֿירושע אַקטן פֿון גענאָציד קעגן די כינעזער און האָט געצוווּנגען צו אַרבעטן צענדליקער טויזנט קאָרעיִשע פֿרויען ווי סעקס־שקלאַפֿינס. דער רעכט־געשטימטער פּרעמיער־מיניסטער, שינדזאָ אַבע, האָט נישט איינמאָל באַזוכט די קבֿרים פֿון די אַזוי־גערופֿענע נאַציאָנאַלע העלדן, וועלכע זענען באַגאַנגען די דאָזיקע מלחמה־פֿאַרברעכנס.
לעצטנס, האָט די יאַפּאַנישע רעגירונג אָנגעהויבן פֿאַרברייטערן איר מיליטערישע פּראָגראַם. דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, אין יולי, איז בטל געוואָרן דער פֿאַרווער דורכצופֿירן מיליטערישע אָפּעראַציעס אין אויסלאַנד, וועלכן די געווינער האָבן אַרויפֿגעלייגט אויף יאַפּאַן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. איצט שטײַגט אינעם לאַנד אַ מיליטאַריסטישער און נאַציאָנאַליסטישער גײַסט.
מאַקאָטאָ אָצוקאַ, דער דירעקטאָר פֿונעם חורבן־צענטער און איינער פֿון די קריסטלעכע טוער פֿון „בית־שלום‟, האָט דערקלערט, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע האָפֿט צו דערקלערן די קינדער, אַז די נאַציאָנאַליסטישע שטימונגען זענען סכּנותדיק; זיי זאָלן וויסן, אַז די שרעקלעכע שחיטות מצד דער יאַפּאַנישער אַרמיי אין די אַזיאַטישע לענדער זענען פּונקט אַזוי שוידערלעך, ווי דער ייִדישער חורבן.
פֿון דער צווייטער זײַט, האָט אַקיאָ יאָשידאַ, דער פֿאַרטרעט־דירעקטאָר פֿונעם מוזיי באַמערקט, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע פֿאַרנעמט זיך נישט מיטן דאָזיקן ענין אויף אַ דירעקטן אופֿן, ווײַל זי שטעלט דעם טראָפּ אויפֿן אוניקאַלן כאַראַקטער פֿונעם ייִדישן חורבן. יאָשידאַ האָט צוגעגעבן, אַז די אַלגעמיינע באַקאַנטשאַפֿט מיט דער סכּנה פֿון נאַציאָנאַליזם וועט העלפֿן די קינדער, האָפֿנטלעך, צו פֿאַרשטיין, אַז סײַ די אַמעריקאַנער אַטאָמישע אַטאַקן, סײַ די יאַפּאַנישע רציחה אין כינע און קאָרעע, זענען געווען אוממענטשלעכע בלוטיקע פֿאַרברעכנס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.