פּאָעזיע־פֿאַרמעסט אין „קאַװע־שטיבעל”

Hasidic Poetry Contest on the Web


פֿון שלום בערגער

Published February 13, 2015, issue of March 06, 2015.

װער ס׳װיל הײַנט לײענען אַ הײַנטיק חסידיש־ייִדיש װאָרט, װײסט אַװדאי, פֿון דעם װעבזײַטל „קאַװע־שטיבעל,” װוּ טױזנטער מיטגלידער שמועסן אַרום פֿאַרשײדענע טעמעס מיט דעם געװײנטלעכן אינטערנעץ־געמיש פֿון קלוגע, נאַרישע, גראָבע, פּראָסטע און גנאַי־רײד. אין מער װי אײן רובריק, פֿאַרשפּרײטן די דאָרטיקע שמועסניקע זײערע דיכטערישע פּרובירונגען.

איך דאַרף באַלד זאָגן, אַז איך האָב אױך פֿאַרפּירסומט מײַנע שאַפֿונגען דורך יענעם „שטיבל” (װוּ נאָך האָט מען אַזאַ געלעגנהײט?), און ס׳האָט זיך מיר געװאָרפֿן אין די אױגן די אונטערשײדן צװישן דער װעלטלעכער עסטעטיק און חסידישע מאָסן פֿון קונסט (אױב זײ זײַנען פֿאַראַן בכלל).

דאָס אַלץ איז מיר װידער געקומען אױפֿן זינען אין שײַכות מיט אַ פּאָעזיע־פֿאַרמעסט, צו װעלכן מע האָט מיך עטלעכע מאָל פֿאַרבעטן האַרט פֿאַר און בשעת חנוכּה. מיט אַ כאַראַקטעריסטישן ”קאַװע־שטיבעלדיקן” ענטוזיאַזם האָט מען כּסדר צעשיקט מעלדונגען, און געבעטן, מע זאָל אַרײַנשיקן דיכטונגען אױפֿן גרױסן פֿאַרמעסט. זײַענדיק אַ חסיד בלױז פֿון פּאָעזיע, און נישט פֿון קײן רבין, האָב איך זיך דערפֿרײט, אַז צום ערשטן מאָל זעצט מען אַװעק אױבן־אָן נישט אַ צדיק, נאָר דעם ציל פֿון רײנער פּאָעזיע.

פֿאַר יענעם װאָס אינטערעסירט זיך אין דעם גענױעם אינהאַלט, װעל איך דאָ אָנגעבן די פֿאַרבינדונג צו דער אױסגאַבע, װאָס מע האָט פֿאַרשפּרײט. //www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=7721

מע האַלט נאָך, בשעת איך שרײַב די שורות, אין זאַמלען די אָפּשטימונגען, כּדי צו באַקרױנען דעם געװינער מיטן טיטל פֿון „סאַמע בעסטן פּאָעט פֿון ׳קאַװע שטיבעל׳.”

זאָל עס אים, איר אָדער זײ װױל באַקומען. נאָכן בלעטערן די־אָ לידער איז מיר קלאָר, אַז איך, װי אַ מאָדערנער פּאָעט, און זײ, װי חסידישע דיכטער, װױנען און שרײַבן אױף װײַט אָפּגערוקטע פּלאַנעטן, מיזרח ממערבֿ.

כאַראַקטעריסטיש פֿאַר די לידער זײַנען געװיסע מעלות און חסרונות. די מעלות זײַנען געצײלטע, נאָר לשם ברײטהאַרציקײט איז װיכטיק זײ אױסצורעכענען אױך: אַ געװיסע אָרנטלעכקײט, אַן עמאָציאָנעלקײט, װאָס־אױף־דער־לונג־אױף־דער־צונג. מע דריקט אױס די אַנטױשונגען מיטן אײבערשטן. מע גראַמט װי ס׳איז אַ נאַטירלעכע זאַך צו גראַמען, װי אַ דיכטער מוז גראַמען, װײַל קײן אַנדער ברירה איז נישטאָ. מיט לשון־קודשדיקע אױסדרוקן קאַרגט מען נישט, װי אױך מיט פֿאַררופֿן זיך אױף מאמרי־חז”ל. דאָס זײַנען, מיט אײן װאָרט, הײַנטצײַטיקע ייִדיש־פּיוטים. נישט אַלע זײַנען דװקא באַגרענעצט מיט רעליגיעזע טעמעס (אײן זאַך, װאָס גיט זיך אָפּ מיט אַ מין קלאָזעט־הומאָר, וואָלט מען בעסער נישט געטאָרט אָפּדרוקן בכלל), נאָר דער טאָן און סטיל זײַנען אַלע ענלעכע.

 

חסרונות פֿעלן אױך נישט. די גראַמען הינקען אונטער, די געפֿילן זײַנען האַמעטנע און איבערגעדראָשענע, מע זעט קײן מאָל נישט אַ שאַבלאָן, װאָס מ׳איז מסוגל זיך אױסצודרײען דערפֿון. אַלע מאָל אַ טרער. אַ זיפֿץ. אַ תּפֿילה. דעם אײבערשטן לאָזט מען נישט צו רו. אַלע מאָל יום־כּיפּורדיק.

כ׳דאַרף אױך אױסדריקן מײַנע געפֿילן װי אַ מאָדערנער לײענער, װאָס באַטראַכט פּאָעזיע װי אַ ספּעציעלן מין ליטעראַטור מיט אײגענע כּללים, מאָסן שײנקײט, און צילן אין דער ביכערװעלט. אַז מע לײענט די־אָ דיכטונגען – און מ׳איז באַרעכטיקט צו באַניצן זיך מיט אַזאַ טערמין אין אַ קריטיק, װײַל די דורכפֿירער פֿונעם פֿאַרמעסט האָבן דאָס דאָזיקע װאָרט טאַקע גענוצט – איז אָבער קלאָר, אַז קײן אײנער פֿון די כּלומרשטע פּאָעטן האָט קײן מאָל נישט געלײענט אַ ליד אױף ייִדיש, װאָס מע האָט אָנגעשריבן מחוץ די ד’ אמות פֿון דער גאָר פֿרומער ייִדישקײט. עלעהײ מע האָט נישט געהערט פֿון אָרטאָדאָקסישע שרײַבער, װאָס האָבן סײַ געשריבן װיכטיקע פּאָעזיע אױף מאַמע־לשון, סײַ געלײענט און אײַנגעזאַפּט די װיכטיקע שאַפֿונגען פֿון אַנדערע פֿעלקער און זײערע לשונות.

מע קען טענהן, אַז די דאָזיקע שאַפֿונגען, װאָס גיבן זיך אָפּ מערסטן מיט איבערגעניצעוועטע געדאַנקען, פֿאָלקסטימלעכע גראַמען, און גרינגע עמאָציעס, זײַנען פּירות פֿון אַ בעל־פּה־קולטור, װאָס בליט נאָך אױף ייִדיש בײַ די חסידים בשעת די, װאָס ס׳גײט זײ אָן די מאָדערנע, װעלטלעכע ליטעראַטור, װי דער שרײַבער פֿון די שורות, זײַנען שטעקן געבליבן בײַ דער אַלטער ביכער־פּאָליצע פֿון „ייִדישיסטן ייִדיש”, װאָס איז שױן עבֿר־זמנו. 

צוריקגערעדט, אָבער, איז דאָס אַ בכּתבֿ־פּראָיעקט. דאָס „קאַװע־שטיבעל”, לױטן נאָמען, איז אַװדאי אַ פֿאָרום אױף געלעגנהײט־שמועסן, נאָר מיט אַזאַ פֿאַרמעסט, װאָס מע האָט אַרױסגעגעבן אין אַ ביכער־פֿאָרעם און אַפֿילו רעדאַקטירט, װאַרפֿט זיך אין די אױגן, אַז מע שטרעבט צו דעם ניװאָ און כּבֿוד פֿון געדרוקטן װאָרט.

בײדע טענדענצן קענען פֿירן אַ קאָ־עקזיסטענץ, און דאָס טוען מיר אַלע הײַנט צו טאָג, שרײַבער און לײענער, אין דער בעל־פּה־ און שריפֿטלעכער װעלטן מיט אײן מאָל. אַ מאָל איז מען נישט זיכער, פֿאַר װאָס און פֿאַר װעמען מע שרײַבט.

כ׳װאָלט אָבער געװאָלט זען אַ חסידישע פּאָעזיע, װאָס איז גרײט צו באַקענען זיך מיט אַנדערע ליטעראַטורן, מיט דער ייִדישער דיכטונג פֿון דער פֿאַרגאַנגענהײט; זיך אַ ביסל אָפּצוגלאַנצן אָן צו פֿאַרלירן די רױע מראה פֿון אַ פֿריש־אָפּגעהאַקטן שטיק האָלץ. כ׳װאָלט זיך געװאָלט זען חסידים רעדאַקטאָרן, װאָס זײַנען גרײט אָפּצוּװאַרפֿן אַ ליד, בעטן תּיקונים און ענדערונגען, װאָס טרײַבן אונטער די שרײַבער צו העכערע מדרגות. אָדער, אױב דאָס לאָזט זיך נישט גרײכן, איז כאָטש צו דער שאַפֿערישקײט און גראַם־מײַסטערשאַפֿט פֿון אַ ליפּאַ שמעלצער.

איך װאָלט געװאָלט איבערשיקן אַ לײענער צו אַזעלכער „קאַװע־שטיבעל”־פּאָעזיע נישט גלאַט אַזױ צוליב חסידישקײט, נאָר צוליב די װערטער, װאָס מע בינדט צונױף. אױב מ׳איז נישט גרײט אױף דעם, װאָלט מען אַדורכגעלאָזט אַ געלעגנהײט.