די ייִדישע פֿירער אין אוקראַיִנע האָבן מיט אַן אײַנגעהאַלטענעם אָפּטימיזם באַגריסט די בשׂורה וועגן דעם שטילשטאַנד צווישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע. לעצטנס, האָבן די גרענעץ־ראַיאָנען אין מיזרח־אוקראַיִנע געליטן פֿון בלוטע באַוואָפֿנטע קאָנפֿליקטן צווישן די לענדער. האָפֿנטלעך, וועט די מלחמה זיך אָפּשטעלן, אַ דאַנק דעם נײַעם אָפּמאַך.
דאָנערשטיק אינדערפֿרי, דעם 12טן פֿעברואַר, האָט דער רוסלענדישער פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, און דער אוקראַיִנישער פּרעזידענט, פּעטראָ פּאָראָשענקאָ, אויסגעאַרבעט אַ הסכּם, לויט וועלכן מע וועט אָפּשטעלן די קאָנפֿליקטן צווישן די אוקראַיִנישע מלוכישע כּוחות און די פּראָ־רוסלענדישע סעפּאַראַטיסטן, וועלכע קאָנטראָלירן דעם מיזרחדיקן טייל פֿון אוקראַיִנע. הרבֿ יעקבֿ־דובֿ בלײַך, איינער פֿון די אוקראַיִנישע הויפּט־רבנים, האָט באַמערקט, אַז מע דאַרף די דאָזיקע בשׂורה אויפֿנעמען מיט די בעסטע האָפֿענונגען, הגם מע מוז אויך בלײַבן גרייט צום ערגסטן סצענאַר פֿון די ווײַטערדיקע געשעעניש־אַנטוויקלונגען.
במשך פֿון 16 שעה, האָבן פּוטין און פּאָראָשענקאָ מיט זייערע דעלעגאַציעס געפֿירט פֿאַרהאַנדלונגען אין מינסק, די הויפּטשטאָט פֿון ווײַסרוסלאַנד. לויטן אָפּמאַך, וועט דער שטילשטאַנד אײַנגעפֿירט ווערן זונטיק, דעם 15טן פֿעברואַר. לויטן אָפּמאַך, וועט די רוסישע אַרמיי אַרויסציִען די שווערע אַרטילעריע פֿון די קאָנפֿליקט־זאָנעס, וווּ עס זענען שוין אומגעקומען 5,000 מענטשן.
בלײַך האָט אָבער צוגעגעבן, אַז די בעסטע עצה וואָלט געווען צו פֿאַרמאַכן די גרענעץ אינגאַנצן, כּדי די רוסלענדישע כּוחות זאָלן נישט קאָנען זיך אַרײַנמישן בכלל אין דער סיטואַציע. דעמאָלט וואָלט מען געקאָנט אָנהייבן די פֿאַרהאַנדלונגען וועגן דעם עכטן שלום. דער רבֿ באַטראַכט די פּראָ־רוסישע סעפּאַראַטיסטן ווי „טעראָריסטן‟, וועלכע באַקומען דאָס געווער פֿון רוסלאַנד. כּל־זמן די גרענעץ בלײַבט אָפֿן, קאָנען מצד רוסלאַנד אָנקומען נײַע כּוחות, וואָס וועלן ווײַטער צעצינדן דעם קאָנפֿליקט.
במשך פֿון די לעצטע חדשים, האָט מען עטלעכע מאָל געפּרוּווט שליסן אַ שטילשטאַנד צווישן דער אוקראַיִנישער אַרמיי און די סעפּאַראַטיסטן. ביז איצט האָט עס זיך נישט אײַנגעגעבן. בלײַך, זײַענדיק אַ שאַרפֿער קריטיקער פֿון די רוסלענדישע מיליטערישע אַקציעס און אוקראַיִנע, האָט אויך געוואָרנט, אַז ס׳איז נישט כּדאַי צו מאַכן פּשרות מיט די טעראָריסטן.
וואַדים ראַבינאָוויטש, אַ דעפּוטאַט פֿונעם אוקראַיִנישן פּאַרלאַמענט, וועלכער פֿירט אָן מיטן ספּעציעלן פּאַרלאַמענט־קאָמיטעט פֿאַר מענטשנרעכט, און וועלכער האָט געגרינדעט דעם „אוקראַיִניש־ייִדישן קאָנגרעס‟, באַציט זיך צו דער סיטואַציע מער אָפּטימיסטיש. גלײַכן נאָכן שטילשטאַנד־אָפּמאַך, האָט ער אָנגעשריבן אויפֿן „פֿייסבוק‟, אַז ער האָט געשמועסט מיט דער מינסקער דעלעגאַציע. ער האָפֿט, אַז די מלחמה וועט זיך אין גיכן אָפּשטעלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.