איך האָב זיך אָנגעשטויסן אויף אַ טשיקאַוון אַרטיקל, וואָס איז אַרויס ניט לאַנג צוריק, אין דער האַרבסט־העפֿט 2014, פֿון דעם זשורנאַל Journal of Jewish Communal Service. דער מחבר פֿונעם אַרטיקל, Barriers to the Integration of Russian-Speaking Jews in the United States, „מניעות פֿאַר דער אינטעגראַציע פֿון רוסיש־רעדנדיקע ייִדן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן” (//onlinedigeditions.com/publication/?i=241226&p=117), איז באָריס גאָרביס. ווי מיר דערוויסן זיך פֿון אַ פֿוסנאָטע, איז ער געקומען פֿון אָדעס קיין אַמעריקע מיט אַ פֿערציק יאָר צוריק און איז אַן אַקטיווער כּלל־טוער.
די סאָוועטיש־ייִדישע אימיגראַציע אין אַמעריקע איז טאַקע בערך פֿיר צענדליק יאָר אַלט. לויט אַן אַנדער אַרטיקל אין „ניו־יאָרק טײַמס” (דעם 14טן מאַרץ 1999), זײַנען צום סוף 1975 קיין אַמעריקע געקומען אין גאַנצן זעקס טויזנט סאָוועטישע ייִדן, און אַריבער צוויי טויזנט זײַנען נאָך געזעסן אין איטאַליע, וואַרטנדיק אויף אַ דערלויבעניש מצד די אַמעריקאַנער אָנגעשטעלטע. הײַנט איז די סטאַטיסטיק גאָר אַן אַנדערע — יעדער צענטער אַמעריקאַנער ייִד איז אָדער אַליין געווען געקומען פֿון די סאָוועטישע מקומות, אָדער שטאַמט פֿון די וואָס זײַנען פֿון דאָרטן געקומען.
מע קען ניט זאָגן, אַז באָריס גאָרביס „אַנטפּלעקט אַמעריקע” אין זײַן אַנאַליז פֿון דעם מצבֿ פֿון די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן. ס’איז באַוווּסט, אַז זייער אינטעגראַציע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אמתן דערפֿאָלג, אויב די רייד גייט וועגן זייערע פּראָפֿעסיאָנעלע און עקאָנאָמישע דערגרייכונגען. מע מוז דאָ ניט פֿאַרגעסן, אַז ביז די אָנהייב 1990ער פֿלעגן זיי פֿאַרלאָזן זייער „אַלטע היים”, בדרך־כּלל, „נאַקעט און באָרוועס” — קיין געלט, קיין באמת טײַערע זאַכן האָט מען זיי ניט דערלויבט אַרויסצופֿירן. אַזוי אַז מע פֿלעגט אָנהייבן מער אָדער ווייניקער פֿון סאַמע אָנהייב אָן.
בעת די אינטעגראַציע אין דעם אַלגעמיינעם אַמעריקאַנער לעבן איז דורכגעגאַנגען שווער, אָבער הצלחהדיק, האָט אַן אַנדער פּנים די אינטעגראַציע אין דעם ייִדישן לעבן. באָריס גאַרביס ווײַזט אָן ריכטיק, אַז די וועלט זעט אויס אַנדערש אין די אויגן פֿון די „אַלט־געזעסענע” אַמעריקאַנער ייִדן און די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן. באַזונדערס שווער קומט אָן די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן צו פֿאַרשטיין די „לינקע” אַמעריקאַנער. שאַרף שיידט זיך אונטער די באַציִונג צו די ייִדישע מינהגים. אמת, דערמאָנט דער מחבר, אַז אַזש 61 פּראָצענט רוסיש־רעדנדיקע ייִדן פֿאַסטן אום יום־כּיפּור, בעת דער חלק פֿון די פֿאַסטנדיקע צווישן די “אַמעריקאַנער” ייִדן איז נידעריקער — 59 פּראָצענט. ער שווײַגט, אָבער, וועגן דעם, אָז אַ היפּשער טייל פֿון די פֿאַסטנדיקע רוסיש־רעדנדיקע כאַפּן זיך צו צו חזיר און אַנדערע טריפֿע מאכלים גלײַך נאָכן זונפֿאַרגאַנג.
איך וועל ניט איבערדערציילן ווײַטער דעם אַרטיקל, ווײַל מע קען אים לייענען אויף דער אינטערנעץ. נאָך אַ מאָל: קיין גרויסע נײַעס פֿאַר זיך האָב איך אין אים ניט געפֿונען, אָבער דער טעקסט איז, בלי־ספֿק, אַ ניצלעכער. די איינציקע ערנסטע טענה, וואָס איך האָב צו אים, באַשטייט אין דעם ניט דערקלערן, פֿאַר וואָס די סאָוועטישע ייִדן זײַנען אַזוי אַנדערש, אַז יאָרצענדליקער פֿון זייער לעבן אין אַמעריקע האָבן ניט שטאַרק אָפּגעשוואַכט די מניעות צווישן זיי און די היגע ייִדן, קודם־כּל, די קינדער און אייניקלעך פֿון די אימיגראַנטן פֿון דער רוסישער אימפּעריע.
איך האַלט, אַז אייניקע פֿון די הויפּט־סיבות — און אפֿשר אַפֿילו די וויכטיקסטע סיבה — איז פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס די פֿאַר־סאָוועטישע רוסישע ייִדן פֿלעגן אַרויסקומען פֿון אַ געזעלשאַפֿט, אָנגעזעטיקט מיט כּלערליי אָרגאַניזאַציאָנעלע סטרוקטורן, סײַ רעליגיעזע סײַ וועלטלעכע. גאָר ניט צופֿעליק האָבן די ייִדן זיך גענומען גלײַך שאַפֿן אין אַמעריקע נײַע אייגענע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס. דעם „ווירוס” פֿון אַזאַ געזעלשאַפֿטלעכער אַקטיווקייט האָט מען געבראַכט פֿון יענער זײַט אָקעאַן; און דער דאָזיקער „ווירוס”, דווקא אַ געזונטער, בלײַבט שטאַרק ביז עד־יום.
לחלוטין אַנדערש האָט עס אויסגעזען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דאָרטן האָט די מלוכה צוגעצויגן דעם הימל צו דער ערד, אַבי פּטור צו ווערן פֿון אַלע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס און איבערלאָזן נאָר אַזעלכע, וווּ בראָש זײַנען געשטאַנען מלוכישע פֿונקציאָנערן. דאָס איבעריקע איז געווען פֿאַררעכנט פֿאַר קאָנטער־רעוואָלוציע צי, אין די „ליבעראַלע” יאָרן, פֿאַר אַ דיסידענטישער אַקטיווקייט.
בסך־הכּל, האָבן מיר אַ פּאַראַדאָקס: די סאָוועטישע סבֿיבֿה, כּלומרשט אַ קאָלעקטיוויסטישע, האָט פּראָדוצירט לײַט מיט, אין תּוך אַרײַן, אינדיווידואַליסטישע, קליין־בירגערלעכע ווערטן. גלײַכצײַטיק, האָבן די דעמאָקראַטיש־קאַפּיטאַליסטישע לענדער געשאַפֿן אַ בעסערע סבֿיבֿה אויפֿצוהאָדעווען מענטשן מיט קאָלעקטיוויסטישע ווערטן. קיין חידוש ניט, אַז ביידע צדדים, דער „עכט־אַמעריקאַנער” און דער „רוסישער”, בלײַבן נאָך אַלץ אָפֿט מאָל ווי בוימל און וואַסער, מע פֿאַרשטייט פּשוט ניט איינער דעם אַנדערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.